פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 פֿעברואַר 18
- געוועזענע פוירסט לעידי און דעמאקראטישער פרעזידענט פראנט ראנער, מרס. הילערי קלינטאן, וואס האט געוואוט צו שיקן די טרופען קיין איראק, רופט איצט זיי אהיים ברענגן פון 90 טעג ארום. (עי.בי.סי.)
- מחלוקת הפוסקים איבער מיאמי ביעטש: אינדערצייט וואס חסידישע רעביס ווי סקולען וויזשניץ מאנסי פאפא וכו', געבן ארויס איסור אהין צו גיין אין זיי באטיטולען קינדער וואס פארן קיין מיאמי צו העלפן די אלטע קראנקע עלטערן, אלס מצוה הבאה בעבירה, טוען די ליטווישע גדולים און ראשי ישבות ארגעניזירן א ירחי כלה דארטן פאר די פילע אידן וואס האלטן זיך דארטן אויף. (סירקוס טענט)
- הונדערטע אידן ווערן געשטראנדעט פאר שעות און גאנצעטע טעג צוליב דעם טעות פונעם ביליגען עירליין קאמאפני זשעט בלו, וואס קענסעלט איבער 90 פליגער. (ניו יארק פאוסט)
- איד געווינט אין געריכט אורטייל 54 טויזענט דאלער פארגיטיגונג פון פאטא קאמערע געשעפט וואס האט נישט געוואלט דוועלאופע זיין משפחה בילדער פון פילם, צוליב די ארגומענט אז זיי זענען ציוניסטישע טעראריסטען. (מערקארי נייעס)
- נייער בוך איבער די יארן פון ר' יוסף יצחק שניארוסאהןס טעכטער און איידעמער אין בערלין ווייזט אז זיי האבן געלערענט איינפאכע פרנסה אין עלעקטאריק אינזשענירונג, נישט קיין פילאזאפיע און אויך אין א פשוטער מוסד. (הארץ)
- פאליציי פארשט טויט פון בעיבי נאך ברית מילה, דאסמאל אין לאנדאן. (דעילי מעיל)
- דער חרדישער שריפט שטעלער, ר' הערשל פריעדמאן און דער חרדישער קאמידיען ר' וועלוול גאלדשטיין ביידע פון שטאט קרית יואל טרעטן אויף אין וויליאמסבורג לכבוד ראש חודש אדר פארן דינער און מלוה מלכה צו ארויפטרייבן נדבות פאר בית לפליטות. (חדשות אנש)
- ניו יארקס מעיאר מייקל בלומבערג אונטער קריטיק פון רעליגיעזע פירער פארן פארטיילען בחינם, פון די שטאטישע שטייער געלטער קאנדאםס אויף די גאסן פאר אלע איינוואונער. (ניו יארק פאוסט)
- ניו יארקס קאר אוינערס אטעמען אפ פריי נאך די גוטע בשורה אז בלומבערג ברעכט זיך אונטער די קריטיק פון נישט סוספענדירן די אלטערנעיט סייד פארקינג ראלעס אין די גרויסע שניי שטורעם, איר קענט איצטער צורייסן אלע אייערע פארקינג טיקעטס וואס די פאליציי האט אייך אויסגעשריבן. (ניו יארק פאוסט)
- פראפעסער אלי וויזעלס אטאקירער געכאפט אין ארעסטירט אין א דראג ריהאביליטאציע צענטער אין ניו זשערסי. (וויינעט)
- ספרדישער הויפט רב פון ארץ ישראל, ר' שלמה עמאר ערקלערט אז גראבונגען נעבן הר הבית איז פראוואקאציע קעגן אראבער און מען זאל דאס שוין אפשטעלן. (וויינעט)
- דאנקין דאונאטס פרעטשייז צווינגט סטאר אייגענטומער אין וואשינגטאן צו פארקויפען טריפה דערמיט אויפגעבן זיין כשר השגחה אויף 3 געשעפטען. (וואשינגטאן זשואיש וויק)
- באנק אין באסטאן אנטשולדיגט זיך פאר אידישער געמיינדע נאכן לויפן עדווערטייזמענטס פון חרדישען איד וואס דערמאנט די שטירמער קאריקטורען. (באסטאן העראלד)
- לינקער ליבעראלער יו.סי.על.עי. ראביי פון די דארטיגע הלל ארגענעזאציע, וואס האט געשלאגען א אידישער פרוי זשורנאליסטקע, אינמיטן א היציגער פראטעסט קעגן פראפעסער עלען דערשאוויץ, אנטשולדיגט זיך אין טייל פון געריכט פשרה. (זשאואיש זשורנאל)
- באנדיטען געזוכט, נאכן באפאלן אין אטאקירן 2 אידישע ברודער מיט בעיסבאל בעט אויפן גאס אין גאלדערס גרין. (טאטאלי זשואיש)
- וויליאמסבורג: היספאנישער לעוועל 3 סעקס אביוזער אונטער ארעסט פארן טשפענען חרדישער קליין מיידעלע אין הארץ פון געגענט, האט א רעקארד פון אזאלעכע שמוציגע פארברעכן. (עי.בי.סי.)