פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 אַפּריל 12
- דער סאטמאר געבוירן אינגל וואס איז געווארן א חב"דסקער פירער; ר' חיים יעקב לעבאוויטש, האט גראדואירט פון עסקנות צו די וועלט פון ביזנעס און איז היינט צוטאגס א מיליאנער וואס פירט אן מיט הונדערטע מיליאן'ען דאלערדיגע אינוועסטמענטס צו גראבן און זוכן נאפט און גאלד אין ריזן באדענעס לעגאויס פארשידענע אפריקע לענדער. (דה מרקר)
- אידישקייט אין איראק: אידישע פרוי פון לאס אנזשעלעס, וואס דינט אין די יו.עס. נעיווי אלס הויך-ראנגיקע אפיצירקע שטעלט אויף ריזן מנורה אין סאדאם כוסעין פאלאץ. (סי.זשעי.ניוז)
- מאנרוי: חסידשע משפחה, טאטע 29 יאר אלט, גייען מיט זייערע 6 קינדער איינקויפען אין סיערס, הערן אויפן סטאר אינטערקאם אז זיי האבן איבערגעלאזט זייער בעיבי אליין אין קאר, טאטע אנגעקלאגט. (רעקארד אונליין)
- על שארפטאן וויל די ענדע פון טאלק שוי האוסט דאן איימוס קאריערע צוליב ראסיזם. (פיטסבורג גאזעט)
- מיסטעריע ארום באזוך פון גערער רבי'ן רבי יעקב אלטער ביי הרב יוסף שלום אלישיב; רומערס זאגן אז דאס איז געווען ביקור חולים. (ען.עפ.סי.)
- גוגל ערד און יו.עס. האלאקאסט מוזיעם פאקעסען אויף דארפור. (זשעי פאוסט)
- געריכט אין ניו יארק לעבט ווידער אויף די צענזור ביזנעס וואס קאפיען פילםען פאר פרומע אוידיענסן אז דאס ברעכט נישט קיין קאפירעכטן געזעץ. (עי.בי.סי.)
- ראיאטען ברעכן אויס אינמיטן פסק וואס שליידערט אריין 3 ישראלים צו 13 יאר טורמע פארן העלפן זעלבסטמארד באמבעדירער. (וויינעט)
- דראמא אין בן גוריון פליפעלד ווען 3 צה"ל פייטער זשעטס זענען מקבל פנים ציוויליע קאנטענעטל עראפלאן פון נוארק פליפעלד אויפן חשד אז דאס איז פארכאפט פון טעראריסטן. (וויינעט)
- ירושלים בית דין פארברענט. (ען.אר.זשי.)