פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 דעצעמבער 3
- זשאואיש פרעס דעקט אויף: די נייע הערליכער חב"ד מקוה אין כינע ביידזשינג איז גאר געווארן נתנדב דורך די צוויי סאטמארער פילאנטראפן; אברהם ברוך גאדינגער און יחזקאל בראך, וואס טוען דארטן ביזנעס, און זענען נתרשם געווארן פון די אידישקייט עסקנות פון לאקאל חב"ד שליח. [1]
- אראבער אין אלט שטאט ירושלים שטעכט חרדישער איד אויפן וועג צום כותל, לייכט פארוואונדעט, פארברעכער מיט נאך 7 געהילפן אונטער ארעסט דורך ווידעא דערנעבן וואס האט דאס פונטקליך אראפ געטעיפט. [2]
- סאטמאר רבי ר' אהרן טייטלבוים אין זיין נארוואס לעצטן באזוך אין בני ברק רופט צו זיך די חתנים און פאדערט זיי אויף נישט מער צו רעדן צו זייערע כלות בעפאר דער חתונה אויף דעם טעלעפאן. [3]
- ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ:אידישע וויקיפעדיע גרייכט 500 איינגעשריבענע באניצערס. [4]
- די רעקארד: נאכן איבערציילן די עבסענטי בעלוטס פון די וואלן אין אפסטעיט ניו יארק ווייזט זיך ארויס אז די דעמאקראטישער פארטיי קאנגרעס קאנדידאט וואלט געווינען אן דעם קרית יואלן בלאק וואוט זיי שפאקולירן אז די איבער 400 וואוטס וואס האבן זיך אריינגעפיפען סיי אין ר' אברהם ווידער און סיי אין די אפאזיציע עלייענס פאראיין פון די בני יואל זאליס און אלע אנדערע קליינע גרופעס. און יא געשטימט פאר דעם רעפובליקאנער קאנדידאט איז מסתמה צוליב די געי רעכטן אישו וואס זיי האבן אנגעפיפען ביידע פארטייען אין שטעטל און געפאלגט די תורה. [5]
- נאך א אידישער מארין שטארבט אין אקציע אין איראק. [6]
- אוי.יו. טוישט לאנג יעריגע פאליסי: מען מעג שוין קריטיקירן ארץ ישראל. [7]
- הערט א נייער הארציגער ניגון: אוחילה לקל, פון וועלט בארימטער חרדישער קאמפאוזער ר' הלל פלאי שליט"א, - אודיאו. [8]
- ניו יארק פאוסט באריכט וויאזוי אסעמבלי פירער שעלי סילווער געבט גרויס געלט פאר ניו יארקס גרעסטע צדקה וחסד מוסד מעטראפאליטען זשאואיש קאנסיל און די השפעה דאס האט אויף זיין פאליטישער פאוער קאנטראל. [9]
- דעבאטע צווישן חרדישער גרויסער לויער ר' נתן לואין מיט פיטא פארשטייער, איבער די מאראלישקייט פון כשר שחיטה. - אודיאו. [10]
- בית דין פון רב עובדיה יוסף וועט דן זיין אויב רב בנתיבות וואס האט געשאלטען זיינע חסידים, און געפייניגט מענער און פרויען, און געהעצט אז מען זאל זיי שלאגן און באווארפן מיט סידורים, האט דאס אמתדיג געמיינט אדער סתם געזאגט אלס דרשה מתוך דברי תורה? [11]
- ניו יארק דעילי ניוז באזינגט חי לייפליין וואלענטור, אלס דער דריטער גרעסטער היראו פון ניו יארק פון א ליסטע פון פופציג פון יאר. [12]
- מזרח וויליאמסבורג: פאליציי שטויסט זיך אן אין 2 מערדער סעקונדעס נאך זייער אקט. [13]