פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 דעצעמבער 21
- אידן ווערן נישט פריי צוגעלאזט צו זייער מאמע: 3 אידישע פרויען אונטער ארעסט נאך שטורמישע פראטעסטן ארום קבר רחל צו דערלזן פרייע צוטריט. [1]
- ארטאדאקסישער פרוי פון נו יארק, גיבט אריין א 2.5 מיליאן דאלאר דיסקרימינאציע פראצעס קלאגע אין מאנהעטן סופרים קאורט קעגן איר געוועזענער ארבייטס געבער, א פרייער איד, אייגענטומער פון צירונג געשעפט אויף פיפטע עוועניו אין מענהעטן, פארן דיסקרימינרן און טשעפן אירע רעליגיעזע פראקטיסן, און ספעציפיש איבערן אהיים גיין פרי פרייטאג, און דערנאך איר אויפגעזאגט פון איר אמט אן קיין שום ערקלערונג. [2]
- אגודיסטישער חרדישער ענגליש שפראכיגער טאג-צייטונג, המודיע לאזט נישט נאך איבער די נטורי קרתא וויזיט צום איראן האלאוקאויסט קאנפארעץ, זיי שרייבן שארפן עדיטאריעל און דרוקן בריוו פון מאנטשעסטער שטאטס רב, הרב מנחם מענדל שנעבאלג שליט"א קעגן ר' אהרן כהן שליט"א, משגיח דישיבת תורת חסד. [3]
- שטאטישע חברה קדישא נעמט אוועק ר' אהרן כהןס קבר מען זאל אים נישט באגראבן נאכן טויט צווישן אידן. [4]
- הרב ירחמיאל ישראל יצחק דאמב פון לאנדאן פון די גרעסטע נטורי קרתא קנאים וואס האט געטשעפעט יעדן רב פון פריערדיגן דור וואס איז לויט אים געווען נישט גענוג קנאי פון עדה החרדית ביז גור און די ליטווישע גדולים. קומט ארויס מיט א שארפן בריוו קעגן די נטורי קרתא וואס האבן זיך באטייליגט אין איראן האלאקאסט-קאנפארענץ כאטש וואס צום סוף, לדעתו, איז ארויס פון דעם א גוטע אויפטו, און שרייבט אז היינט צוטאגס, וויבאלד מיר האבן שוין נישט קיין ערליכע רבנים קען מען שוין נישט איינהאלטן די שיטה פון ר' יואל טייטלבוים ווען און וויאזוי צו לאזן וויסן די וועלט אז אידן זענען נישט קיין ציונים און אדרבה אז מען גייט צופיל דאס מגלה זיין פאר די גוים פארלירט מען די אידישע הייליגקייט, און מען ווערט צו נאנט צום גוי. [5]
- וויליאמסבורג: שטאט ראט געבט זיך אונטער צו דרוק פון די לאקאלע ארטיסטן, ספעציעלע פארקינג ספאט וועט געבויט ווערן פאר זייערע ביציקלן. [6]
- וויען: רעכטער אנטיסעמיטישער ריכטער לאזט פריי האלאוקאוסט לייקענער, דעיוויד איירווינג פון טורמע. [7]
- קרוין הייטס בילדער און ווידעא פון עס יו ווי ראולאווער ביי דריי. [8]
- רעפובליקאנער אידישער ווייסער הויז ספויקסמאן, ארי פליישער וועט מעגליך לויפן פאר קאנגרעס פון קרית יואל דיסטריקט. [9]
- מאריוואנא דראגס איז אמעריקעס מערסטע ווערדפולע תבואה, א אינדאסטריע פון 35 מיליאן דאלער א יאר, מער ווערד פאר פארמער צו לאזן וואקסן ווי ווייץ און קארן צוזאמן. [10]