יופּיטער (העברעיש: צדק; ענגליש: Jupiter; סימבאל: ♃) איז דער פינפטער פלאנעט פון דער זון, און דער גרעסטער פלאנעט אין דער זון סיסטעם. יופיטער ווערט גערעכנט אלס א גאז ריז (צוזאמען מיט סאטורן; די אנדערע ריז פלאנעטן, אוראנוס און נעפטון, זענען אייז ריזן). די מאסע פון יופיטער אין איין טויזנטל פון דער זון, אבער צוויי און א האלב מאל ווי אלע אנדערע פלאנעטן אין דער זון סיסטעם צוזאמען.

יופּיטער

יופיטער איז באוואוסט געווען שוין אין אוראלטע צייטן. זײַן מאסע איז 75% הידראגען און 25% העליום.

ביינאכט איז יופיטער דער דריטער ליכטיקסטער אביעקט אינעם הימל, נאך דער לבנה און ווענוס.

יופיטער האט 69 לבנות. גאלילעא גאלילעי האט געפינען די פיר גרעסטע פון זיי. די גרעסטע, גאנימעד, האט א דיאמעטער גרעסער ווי דער פלאנעט מערקור.

יופיטער באשטייט בעיקר פון וואסערשטאף, מיט א פערטל פון זיין מאסע העליום. ער האט אפשר א שטיינעדיג הארץ פון שווערערע עלעמענטן,[1] אבער גענוי ווי די אנדערע ריז פלאנעטן האט יופיטער נישט קיין קלאר-דעפינירטן אייבערפלאך. צוליב זיין גיכער ראטאציע איז דער פארעם פונעם פלאנעט א פלאכן ספערויד (ער האט א קליינטשיקע אבער באמערקלעכע פויש ארום זיין עקוואטאר). דער אטמאספער ווערט צעטיילט אין פארשידענע טיילן לויט די גארטל-ליניעס, און וואו זיי קומען צוזאמען פאסירן שטורעמען. איין תוצאה פון דעם איז דער גרויסער רויטער פלעק, א ריזיגער שטורעם וואס גייט אן זייט 1830 אוודאי, און איז אפשר דער זעלבער שטורעם וואס מען האט געזען דורך א טעלעסקאפ אין דעם 17טן יארהונדערט.

עטלעכע מאל האט מען אויסגעפארשט יופיטער מיט ראבאטישע קאסמאס־שיפן, דאס לעצטע מאל דורך דזשונא וואס ארביטירט יופיטער זייט דעם 4טן יולי 2016.[2][3]

פיזישע אייגנשאפטן

רעדאַקטירן

יופיטער באשטייט בעיקר פון גאז און פליסיקער מאטעריע. ער איז דער גרעסטער פון די פיר ריז־פלאנעטן אין דער זון סיסטעם און דערפאר איז איר גרעסטער פלאנעט.. ער האט א דיאמעטער פון  142,984  ק״מ ביי זיין עקוואטאר. די דורכשניטלעכע געדעכטקייט פון יופיטער, 1.326 ג/צ״מ3, איז די צווייט גרעסטע פון די ריז פלאנעטן , אבער נידריגע ווי די פיר ערדישע פלאנעטן.

צונויפשטעל

רעדאַקטירן

יופיטער׳ס אויבער אטמאספער איז אומגעפער 92%–88 וואסערשטאף און ‎8–12% העליום לויטן פראצענט פארנעם פון גאז מאלעקולן. א העליום אטאם האט בערך פיר מאל אזוי פיל מאסע ווי א וואסערשטאף אטאם, ממילא איז דער צונויפשטעל אנדערש ווען געמאסטע דורך מאסע. אזוי איז יופיטער׳ס אטמאספער בערך 75% וואסערשטאמף און 24% העליום לויט דער מאסע, און דער איבעריגער איין פראצענט מאסע באשטייט פון אנדערע עלעמענטן. דער אטמאספער אנטהאלט קליינע קוואנטיטעטן פון מעטאן, וואסער-פארע, אמאניאק, און סיליציום-באזירטע פארבינדונגען. עס זענען פאראן אויך קליינע קוואנטיטען פון קוילנשטאף, עטאן, שוועבל-וואסערשטאף, נעאן, זויערשטאף, פאספין, און שוועבל. די דרויסנדיקסטע שיכטע פונעם אטמאספער אנטהאלט קריסטאלן פון פארפרוירענעם אמאניאק. דער אינעווייניג אנטהאלט מער געדעכטע מאטריאלן - לויט דער מאסע איז ער 71% וואסערשטאף, 24% העליום, און 5% אנדערע עלעמענטן.[4][5] דורך אינפרארויט און אולטראוויאלעט מעסטונגען, האט מען אויך געפונען קליינע קוואנטיטעטן פון בענזען און אנדערע קוילן-וואסערשטאף.[6]

פון ספעקטראסקאפיע ווייזט אויס אז סאטורן האט אן ענלעכן צונויפשטעל ווי יופיטער, אבער די אנדערע ריז פלאנעטן אוראנוס און נעפטון האבן רעלאטיוו ווייניגער וואסערשטאף און העליום און מער ״געפרוירנס״ און דערפאר רופט מען זיי היינט אייז ריזן.[7]

מאסע און גרייס

רעדאַקטירן
 
יופיטער׳ס דיאמעטער איז איין גרייס-ארדענונג קלענער (×0.10045) ווי דעם פון דער, און איין גרייס-ארדענונג גרעסער (×10.9733) ווי דעם פון דער ערד. דער גרויסער רויטער פֿלעק איז אומגעפער אזוי גרויס ווי די ערד.

יופיטער׳ס מאסע איז 2.5 אזוי גרויס ווי די מאסע פון אלע אנדערע פלאנעט אין דער זון סיסטעם צוזאמען—דאס איז אזוי מאסיוו אז זיין באריצענטער מיט דער זון ליגט העכער פון דעם זון אויבערפלאך, 1.068 זון ראדיוסן פון דער זון׳ס צענטער.[8] יופיטער איז א סך גרעסער ווי די ערד אבער נישט אזוי געדעכט; זיין פארנעם איז אומגעפער 1,321 ווי די ערד, אבער ער איז נאר 318 מאל אזוי מאסיוו.[9][10] יופיטער׳ס ראדיוס איז אומגעפער 1/10 פון דעם ראדיוס פון דער זון,[11] און זיין מאסע איז 0.001 מאל די מאסע פון דער זון, במילא האבן ביידע כמעט די זעלבע געדעכטקייט.[12] א "יופיטער מאסע" (אויף ענגליש, MJ אדער MJup ) ווערט אפט גענוצט ווי אן איינס צו באשרייבן מאסעס פון אנדערע אביעקטן, ספעציעל און ברוינע ליליפוטן.

כאטש יופיטער וואלט געדארפט זיין 75 מאל אזוי מאסיוו כדי צונויפשמעלצן וואסערשטאף און ווערן א שטערן, דער קלענסטער רויטער ליליפוט איז נאר אומגעפער 30 פראצענט גרעסער אין ראדיוס פון יופיטער.[13][14] טראץ דעם טוט יופיטער אויסשטראלן מער היץ ווי ער באקומט פון דער זון.[15] נאך היץ ווערט גענערירט דורכן קעלווין–העלמהאלץ מעכאניזם דורך אויפציען. דער דאזיגער פראצעס שאפט אז יופיטער זאל זיך איינשרומפן מיט בערך 2 צ״מ א יאר.[16]

אינעווייניגע סטרוקטור

רעדאַקטירן

עס ווערט גערעכענט אז יופיטער באשטייט פון א געדעכטן יאדער מיט א געמישעכץ פון עלעמענטן, אן ארומיגע שיכטע פון פליסיגן מעטאלישן וואסערשטאף מיט עפעס העליום, און א דרויסנדיגע שיכטע וואס איז מערסטנד מאלעקולארישן וואסערשטאף.[16] אין 1997, איז געווארן פארגעשלאגן דורך גראוויטאציע מעסטונגען אז יופיטער דארף האבן א יאדער,[16] מיט א מאסע 12 צו 45 אזויפיל ווי די ערד, ד״ה אומגעפער 4%–14% פון דער גאנצער מאסע פון יופיטער.[15][17] די מאדעלן פון פלאנעטן פֿארמאציע פאדערן אז א פלאנעט זאל האבן א יאדער פון שטיין אדער אייז וואס איז גענוג גרויס צו זאמלען זיין וואסערשטאף און העליום. ס׳איז אבער גאנץ מעגלעך אז יופיטער האט א מאל געהאט א יאדער וואס איז היינט געווארן איינגעשרומפט, אדער איז אינגאנצן מער נישט דא, ווייל מען קען נישט מעסטן גראוויטאציע אזוי גענוי.[16][18]

 
אינפֿרארויט בילד סעקווענץ פון יופיטער

דער יאדער איז אפשר ארומגענומען מיט געדעכטן מעטאלישן וואסערשטאף, וואס פארברייטערט זיך דרויסנדיק ביז אומגעפער 78% פונעם ראדיוס פונעם פלאנעט. העכער דער שיכטע פון מעטאלישן וואסערשטאף ליגט א דורכזיכטיגן אינעווייניגע אטמאספער פון וואסערשטאף.

די טעמפעראטור און דרוק אינערהאלב יופיטער מערן זיך ביז דעם יאדער. ווען דער דרוק קומט צו 10 באר איז די טעמפעראטור K‏ 340 (67ºC).

אטמאספער

רעדאַקטירן

יופיטער האט די גרעסטע פלאנעטארישע אטמאספער אין דער זון־סיסטעם, ביז א הייך פון מער ווי 5,000 ק״מ.

וואלקן שיכטעס

רעדאַקטירן

גרויסער רויטער פלעק

רעדאַקטירן

מאגנעטאספער

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. Saumon, D.; Guillot, T. (2004). "Shock Compression of Deuterium and the Interiors of Jupiter and Saturn". The Astrophysical Journal 609 (2): 1170–1180. Bibcode:2004ApJ...609.1170S. arXiv:astro-ph/0403393. doi:10.1086/421257. 
  2. מוסטער:Cite new
  3. Chang, Kenneth (‏‏30סטן יוני, 2016). "All Eyes (and Ears) on Jupiter", New York Times. דערגרייכט דעם ‏1טן יולי, 2016. 
  4. Gautier, D.; Conrath, B.; Flasar, M.; Hanel, R.; Kunde, V.; Chedin, A.; Scott N. (1981). "The helium abundance of Jupiter from Voyager". Journal of Geophysical Research 86 (A10): 8713–8720. Bibcode:1981JGR....86.8713G. doi:10.1029/JA086iA10p08713. 
  5. Kunde, V. G. (10 September 2004). "Jupiter's Atmospheric Composition from the Cassini Thermal Infrared Spectroscopy Experiment". Science 305 (5690): 1582–86. Bibcode:2004Sci...305.1582K. PMID 15319491. doi:10.1126/science.1100240. Retrieved 4 April 2007. 
  6. Kim, S. J.; Caldwell, J.; Rivolo, A. R.; Wagner, R. (1985). "Infrared Polar Brightening on Jupiter III. Spectrometry from the Voyager 1 IRIS Experiment". Icarus 64 (2): 233–48. Bibcode:1985Icar...64..233K. doi:10.1016/0019-1035(85)90201-5. 
  7. Ingersoll, A. P. (‏1טן יוני 2005). Outer Planets: The Ice Giants (PDF). Lunar & Planetary Institute. דערגרייכט דעם ‏1טן פעברואר 2007.
  8. (‏6טן נאוועמבער, 2012) "A Binary System Close to Home: How the Moon and Earth Orbit Each Other", Newton's Gravity (אויף en). Springer New York, 193–211. ISBN 9781461454434. דערגרייכט דעם ‏28סטן יולי, 2016. “the barycenter is 743,000 km from the center of the sun. The Sun's radius is 696,000 km, so it is 47,000 km above the surface.” 
  9. Williams, David R. (‏30סטן יוני, 2017). Jupiter Fact Sheet. NASA. דערגרייכט דעם ‏13טן אקטאבער, 2017.
  10. מוסטער:Page needed Burgess, Eric (1982). By Jupiter: Odysseys to a Giant. New York: Columbia University Press. ISBN 0-231-05176-X. 
  11. Shu, Frank H. (1982). The physical universe: an introduction to astronomy, 12th, Series of books in astronomy, University Science Books, 426. ISBN 0-935702-05-9. 
  12. Davis, Andrew M. (2005). Meteorites, comets, and planets, Treatise on geochemistry. Elsevier, 624. ISBN 0-08-044720-1. 
  13. Burrows, A.; Hubbard, W. B.; Saumon, D.; Lunine, J. I. (1993). "An expanded set of brown dwarf and very low mass star models". Astrophysical Journal 406 (1): 158–71. Bibcode:1993ApJ...406..158B. doi:10.1086/172427. 
  14. Queloz, Didier (‏19טן נאוועמבער, 2002). "VLT Interferometer Measures the Size of Proxima Centauri and Other Nearby Stars", European Southern Observatory. דערגרייכט דעם 12טן יאנואר, 2007. 
  15. a b מוסטער:Page needed Elkins-Tanton, Linda T. (2006). Jupiter and Saturn. New York: Chelsea House. ISBN 0-8160-5196-8. 
  16. a b c d Guillot, T. (2004). "Chapter 3: The Interior of Jupiter", in Bagenal, F.: Jupiter: The Planet, Satellites and Magnetosphere. Cambridge University Press. ISBN 0-521-81808-7. 
  17. Guillot, T.; Gautier, D.; Hubbard, W. B. (1997). "New Constraints on the Composition of Jupiter from Galileo Measurements and Interior Models". Icarus 130 (2): 534–539. Bibcode:1997astro.ph..7210G. arXiv:astro-ph/9707210. doi:10.1006/icar.1997.5812. 
  18. Various (2006). in McFadden, Lucy-Ann: Encyclopedia of the Solar System, 2nd, Academic Press, 412. ISBN 0-12-088589-1. 
די זון סיסטעם
 
 
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס
פלאנעטן · קארליק-פלאנעטן · לבנות: ערדיש · מארסיש · אסטערוידיש · יופיטעריש · סאטורניש · אוראניש · נעפטוניש · פלוטאניש · ערידיש
SSSBs:   מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קויפער פאס/פארשפרייטער דיסק) · קאמעטן (אורט וואלקן)
זעט אויך אסטראנאמישע אביעקטן און דער זון־סיסטעמ'ס רשימה פון אביעקטן, סארטירט לויט ראדיוס אדער מאסע.
רשימה פֿון פּלאַנעטן