אלומיניום
אלומיניום איז דער כעמישער עלעמענט אין דער באראן גרופע, מיט סימבאל Al און אטאם נומער 13. ער איז זילבער-ווייס, און איז נישט צעלאזלעך אין וואסער.
אלומיניום איז דער מערסטער שפֿע'דיקער מעטאל אין דער ערדס סקארע, און דער דריטער מערסטער שפֿע'דיקער עלעמענט, נאך זויערשטאף און סיליקאן. בערך 8% אין וואג פון דער ערדס הארטן אויבערפלאך איז אלומיניום. אלומיניום איז צו רעאקטיוו פארצוקומען אין נאטור אלס פרייער מעטאל. אבער מ'טרעפט אים אין קאמבינאציע אין מער ווי 270 פארשידענע מינעראלן.[1] דער הויפט מקור פון אלומיניום איז באקסיט ארץ.
מען ניצט אלומיניום צו מאכן אויטאמאבילן, עראפלאנען און שינעס פאר דער באן.
אלומינים געפינט זיך אין קארונדום פון וואס געפינט זיך דער רובין שטיין.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ Bassam Z. Shakhashiri. Chemical of the Week: Aluminum. Science is Fun. דערגרייכט דעם 2007-08-28.
וועבלינקען
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
אלומיניום