סאטורן
סאטורן (סימבאל: ; ענגליש: Saturn) איז דער זעקסטער פלאנעט פון דער זון און דער צווייטער גרעסטער פלאנעט אין דער זון סיסטעם, נאך יופיטער. סאטורן, צוזאמען מיט יופיטער, אוראנוס און נעפטון, איז קלאסיפירט אלס א גאז ריז.
דער סימבאל פון סאטורן איז א שערפ (יוניקאד: ♄).
דער פלאנעט סאטורן באשטייט פון הידראגען, מיט א קליינער פראפארציע פון העליום און שפורעלעמענטן.[1] דער אינעווייניק באשטייט פון א קליינער יאדער פון שטיין און אייז, ארומגענומען מיט א דיקער שיכטע פון מעטאלישן הידראגען און א גאזישער דרויסנדיקער שיכטע. ווינט גיכן אויף סאטורן קען גרייכן 1800 ק"מ א שעה, אסאך גיכער ווי אויף יופיטער. סאטורן האט א פלאנעטיש מאגנעטיש פעלד מיטנדיק אין שטארקייט צווישן דעם פון דער ערד און דעם קראפֿטיגערן פֿעלד ארום יופיטער.
דעם פלאנעט׳ס מערסט בארימטע אייגנקייט איז זיין פראמינענטע רינג סיסטעם וואס באשטייט מערסטנס פון אייז טיילכעלן, מיט א קלענערער מאס פון שטיינברעך און שטויב. נישט ווייניגער ווי 62 לבנות[2] ארביטירן סאטורן, פון זיי 53 האבן אפיציעלע נעמען. דאס איז אחוץ די הונדערטער לבנה׳לעך אין די רינגען. טיטאן, סאטורנ׳ס גרעסטע לבנה, און די צווייט־גרעסטע אין דער זון־סיסטעם , איז גרעסער פונעם פלאנעט מערקור, אויבוואויל מיט א קלענערע מאסע, און איז די איינציקע לבנה אין דער זון־סיסטעם וואס מען ווייסט אז זי האט א ממשותדיקן אטמאספער.[3]
פיזישע כאראקטעריסטיק
רעדאַקטירןסאטורן איז א גאז ריז ווייל בעיקר באשטייט ער פון וואסערשטאף און העליום. ער האט נישט קיין דייטלעכן אויבערפלאך, אבער ס׳איז מעגלעך אז ער האט א סאלידן יאדער.[4] סאטורנ׳ס ראטאציע איז גורם אז ער זאל האבן די פארעם פון אן אבלאטן ספֿערויד; דאס הייסט, פלאטשיק ביי די פאלוסן און פוישיק ביי זיין עקוואטאר. זיינע עקוואטארישע און פאלוס־ ראדיוסן ענדערן זיך מיט כמעט 10%: 60,268 ק״מ קעגן 54,364 ק״מ.[5] יופיטער, אוראנוס און נעפטון, די אנדערע ריז־פלאנעטן אין דער זון־סיסטעם, זענען אויך אבלאט, אבער נישט אזוי שטארק ווי סאטורן. די קאמבינאציע פון דעם בייכל און דער ראטאציע ראטע פועל׳ט אז די עפעקטיווע אויבערפלאך גראוויטאציע ביים עקוואטאר, 8.96 מ/ס2, איז 74% פון ביי די פאלוסן און איז ווייניגער ווי די אויבערפלאך גראוויטאציע פון דער ערד. אבער, די עקוואטארישע אנטרינונג-גיך פון קרוב צו 36 ק״מ/ס איז א סך גרעסער ווי פון דער ערד.[6]
סאטורן איז דער איינציגער פלאנעט אין דער זון־סיסטעם וואס איז ווייניגער געדעכט ווי וואסער—אומגעפער 30% ווייניגער.[7] כאטש דער יאדער פון סאטורן איז פיל געדעכטער ווי וואסער, די דורכשניטלעכע געדיכטקייט פונעם פלאנעט איז 0.69 ג/צ״מ3 צוליב דעם אטמאספער. יופיטער האט 318 מאל אזויפיל מאסע ווי די ערד,[8] און סאטורן האט 95 אזויפיל מאסע ווי די ערד.[5] צוזאמען האלטן יופיטער און סאטורן 92% פון דער גארער פלאנעטארישער מאסע אין דער זון־סיסטעם.[9]
אינעווייניגע סטרוקטור
רעדאַקטירןכאטש סאטורן באשטייט מערסטנס פון וואסערשטאף און העליאום, איז דער מערסטער טייל פון זיין מאסע נישט אין דער גאז פאזע, ווייל וואסערשטאף פארלירט די אייגנשאפטן פון א גאז ווען די געדעכטקייט איז העכער פון 0.01 ג/צ״מ3 , וואס פאסירט ביי א ראדיוס וואס אנטהאלט 99.9% פון סאטורנ׳ס מאסע. די טעמפעראטור, דרוק און געדעכטקייט אינערהאלט סאטורן ווערן אלע העכער וואס נענטער מען קומט צום יאדער, וואס איז גורם אז וואסערשטאף זאל ווערן א מעטאל אין די טיפערע שיכטעס.[9]
די אנגענומענע מאדעלן פון פלאנעטן זענען משמע אז אינעווייניק פון סאטורן איז ענלעך צו דעם פון יופיטער, וואס האט א קליינעם שטייניגן יאדער ארומגענומען מיט וואסערשטאף און העליאום מיט שפור־קוואנטיטעטן פון פארשידענע אויסוועפיקע מאטריאלן.[10] דער יאדער איז ענלעך אין צוזאמענשטעל צו דער ערד, אבער מער געדעכטיק. אין יאר 2004, האבן וויסנשאפטלער געשאצט אז דער יאדער מוז זיין 9–22 מאל די מאסע פון דער ערד,[11][12] וואס פאסט פאר א דיאמעטער פון עטלעכע 25,000 ק״מ.[13] דאס ווערט ארומגענומען מיט א געדעכטערער פליסיקער שיכטע פון מעטאלישן הידראגען, דערנאך מיט א פליסיקער שיכט פון מאלעקולארישן הידראגען איינגעזאפט מיט העליאום וואס ביסלעכווייז טוישט זיך צו א גאז וואס העכער מען גייט. די דרויסנדיקסטע שיכטע שפאנט 1,000 ק״מ און באשטייט פון גאז.[14][15][16]
אבסערוואציע
רעדאַקטירןסאטורן איז דער ווייטסטער פון די פינעף פלאנעט וואס זענען גרינג זעבאר מיטן נאקעטן אויג פון דער ערד—די אנדערע פיר זענען מערקור, ווענוס, מאדים און יופיטער. (אוראנוס און אמאל 4 וועסטא זענען זעבאר צום נאקעטן אויג אוין טונקעלע הימלען.) אז מען קוקט אויף סאטורן אין דעם נאכט־הימל זעט א העל, געלן פונקט פון ליכט מיט א העלקייט געוויינלעך צווישן +1 און 0. עס דויערט אומגעפער 29.5 יאר ביז סאטורן ענדיגט א גאנצע הקפה פונעם עקליפטיק קעגן דעם הינטערגרונט קאנסטעלאציעס פון די מזלות. רוב מענטשן דארפן אן אפטישע הילף (גאר גרויסע בינאקלען (א קליינעם טעלעסקאפ) וואס פארגרעסערט כאטש 30 מאל צו זען א בילד פון סאטורנ׳ס רינגען מיט א קלארער רעזאלוציע.[15][17] צוויי מאל אין יעדן סאטורן־יאר (בערך יעדע 15 ערד־יאר), ווערן די רינגען פארשוואונדן פונעם אויסבליק, צוליב דעם וואס זיי זענען פארווינקעלט און ווייל זיי זענען גאר דין. די נעקסטע אזעלכע "פארשווינדונג" וועט פאסירן אין יאר 2025, אבער דעמאלסט וועט סאטורן זיין גאנץ נאנט צו דער זון (קוקנדיק פון דער ערד) און מען וועט נישט קענען א סך זען.[18]
סאטורן מיט זיינע רינגען קען מען זען צום בעסטן ווען דער פלאנעט איז ביי, אדער נאנט צו, אפאזיציע, די קאנפיגוראציע פון א פלאנעט ווען ער האט אן עלאנגאציע 180°, און דערפאר זעט ער אויס אנטקעגן דער זון אין דעם הימל. א סאטורן־אפאזיציע פאסירט יעדע יאר—אומגעפער יעדע 378 טעג—און דעמאלסט זעט אויס דער פלאנעט זייער העל. סיי די ערד סיי סאטורן ארביטירן די זון אויף עקצענטרישע ארביטן, במילא ענדערט זיך זייערע ווייטן פון דער זון מיט דער צייט, אויך דער דיסטאנץ צווישן זיי, קומט אז די העלקייט פון סאטורן איז אנדערש פון איין אפאזיציע צו דער צווייטער. אויך זעט אויס סאטורן העלער ווען די ווינקל פון די רינגען איז אזוי אז זיי זענען מער זעבאר. צום ביישפיל, ביי דער אפאזיציע וואס האט פאסירט דעם 17טן דעצעמבער 2002, האט סאטורן אויסגעזען דעם העלסטן צוליב א גוטער אריענטאציע פון זיינע רינגען רעלאטיוו צו דער ערד,[19] כאטש סאטורן איז געווען נענטער צו דער ערד און דער זון סוף 2003.[19]
פון צייט צו צייט ווערט סאטורן אקולטירט דורך דער לבנה (ד״ה, די לבנה באדעקט סאטורן אין דעם הימל). אזוי ווי אלע פלאנעטן אין דער זון־סיסטעם, פאסירן די אקולטאציעס פון סאטורן אין "סעזאנען". סאטורן־אקולטאציעס פאסירן 12 אדער מערערע מאל במשך א תקופה פון 12 מאנאטן, און דערנאך קומט א תקופה פון פינעף יאר אן קיין שום אקולטאציע.[20] אויסטראלישע אסטראנאמיע מומחים היל און הארנער קלערן אויף די סעזאנען פון די סאטורן אקולטאציעס אזוי:
דאס איז א תוצאה פונעם פֿאקט אז דער לבנה׳ס ארביט ארום דער ערד איז אנגעבויגן צום ארביט פון דער ערד ארום דער ערד – במילא רוב פון דער צייט, גייט די לבנה העכער אדער נידריגער פון סאטורן אין דעם הימל, און קיין אקולטאציע פאסירט נישט. נאר ווען סאטורן ליגט נאנט צו דעם פונקט וואו דער ארביט פון דער לבנה טרעפט דעם "פלוין פון דעם עקליפטיק" קען פאסירן אן אקולטאציע – און אין אזא פאל פאסירן אקולטאציעס יעדע מאל די לבנה גייט אדורך, ביז סאטורן רוקט זיך אווען פון דעם אריבערגאנג פונקט.[20]
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ Hamilton, Calvin (1997). Voyager Saturn Science Summary. Solarviews. דערגרייכט דעם 2007-07-05.
- ↑ Piazza, Enrico. Saturn's Moons. Cassini, Equinox Mission. JPL NASA. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 5טן אקטאבער 2011. דערגרייכט דעם 22סטן יוני 2010.
- ↑ Munsell, Kirk (6טן אפריל 2005). די געשיכטע פון סאטורן. NASA Jet Propulsion Laboratory; California Institute of Technology. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 22סטן אויגוסט 2011. דערגרייכט דעם 7טן יולי 2007.
- ↑ (2011) Planetary Surface Processes, Cambridge Planetary Science. Cambridge University Press, 5. ISBN 978-0-521-51418-7.
- ↑ a b Williams, David R. (23סטן דעצעמבער 2016). Saturn Fact Sheet. NASA. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 12טן אקטאבער 2017. דערגרייכט דעם 12טן אקטאבער 2017.
- ↑ (2010) Outer Solar System: Jupiter, Saturn, Uranus, Neptune, and the Dwarf Planets. The Rosen Publishing Group, 119. ISBN 978-1615300143.
- ↑ Saturn – The Most Beautiful Planet of our solar system. Preserve Articles (23סטן יאנואר 2011). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 5טן אקטאבער 2011. דערגרייכט דעם 24סטן יולי 2011.
- ↑ Williams, David R. (16טן נאוועמבער 2004). Jupiter Fact Sheet. NASA. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 5טן אקטאבער 2011. דערגרייכט דעם 2טן אויגוסט 2007.
- ↑ a b Fortney, Jonathan J.; Nettelmann, Nadine (May 2010). "The Interior Structure, Composition, and Evolution of Giant Planets". Space Science Reviews 152 (1–4): 423–447. Bibcode:2010SSRv..152..423F. arXiv:0912.0533. doi:10.1007/s11214-009-9582-x.
- ↑ (2009) Saturn from Cassini-Huygens. Springer Science+Business Media B.V., 745. DOI:10.1007/978-1-4020-9217-6_23. ISBN 978-1-4020-9216-9.
- ↑ Fortney, Jonathan J. (2004). "Looking into the Giant Planets". Science 305 (5689): 1414–1415. PMID 15353790. doi:10.1126/science.1101352.
- ↑ Saumon, D.; Guillot, T. (July 2004). "Shock Compression of Deuterium and the Interiors of Jupiter and Saturn". The Astrophysical Journal 609 (2): 1170–1180. Bibcode:2004ApJ...609.1170S. arXiv:astro-ph/0403393. doi:10.1086/421257.
- ↑ Saturn. BBC (2000). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 21סטן אויגוסט 2011. דערגרייכט דעם 19טן יולי 2011.
- ↑ (2007) Introduction to planetary science: the geological perspective. Springer, 337. ISBN 978-1-4020-5233-0.
- ↑ a b Saturn. National Maritime Museum. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 6טן אקאטאבער 2011. דערגרייכט דעם 6טן יולי 2007.
- ↑ Structure of Saturn's Interior. Windows to the Universe. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 21סטן אויגוסט 2011. דערגרייכט דעם 19טן יולי 2011.
- ↑ Eastman, Jack (1998). Saturn in Binoculars. The Denver Astronomical Society. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 21סטן אויגוסט 2011. דערגרייכט דעם 3טן סעפטעמבער 2008.
- ↑ Saturn's Rings Edge-On. Classical Astronomy (2013). דערגרייכט דעם 4טן אויגוסט 2013.
- ↑ a b Schmude Jr., Richard W. (Winter 2003). "Saturn in 2002–03". Georgia Journal of Science (Georgia Academy of Science) 61 (4). ISSN 0147-9369. Archived from the original on 24 September 2015. Retrieved 29 June 2015.
- ↑ a b Tanya Hill (9טן מיי 2014). "Bright Saturn will blink out across Australia – for an hour, anyway". דערגרייכט דעם 11טן מיי 2014.
די זון סיסטעם |
---|
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס |
פלאנעטן · קארליק-פלאנעטן · לבנות: ערדיש · מארסיש · אסטערוידיש · יופיטעריש · סאטורניש · אוראניש · נעפטוניש · פלוטאניש · ערידיש |
SSSBs: מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קויפער פאס/פארשפרייטער דיסק) · קאמעטן (אורט וואלקן) |
זעט אויך אסטראנאמישע אביעקטן און דער זון־סיסטעמ'ס רשימה פון אביעקטן, סארטירט לויט ראדיוס אדער מאסע. |
רשימה פֿון פּלאַנעטן |