מוסטער:Portal:Current events/2007 אַפּריל 24
- אידישע וויקיפעדיע: חרדישע אידן, זאלי מיט ארוני ניקס צוזאמן ברויזן אין ארונישען הייד פארק פארמאכטן פארום איבער שמוץ אויפן אינטערנעט. רוב רופן צו טעראריזירן באנוצער וואס מאכן, לויט זיי, אז שמוציגע ארטיקלען זאלן זיין די מערהייט אינעם אידישען וויקיפעדיע, אנדערע א מיעוט מער ארונישע ניקס בעטן צו גיין אן טעראר נאר זיך איינשרייבן געהעריג און אזוי ארום איינעמען די סיסטעם פונעם אידישען וויקיפעדיע צו קענען דאס צענזורירן קעגן וויקימעדיע פאונדאוציע פאליסיס אז צענזור איז דא נישט ערלויבט אפילו מען האט א רוב באנוצער וואס ווילן דאס. איין גאר עקסטערמע ארוני וואס רופט זיך אקס, לאכט גאר אפ פון די גאנצע התעוררות און זאגט אז דער אינטערנעט בכלל איז שוין אן אנגייענדער נסיון וואס די היינטיגע היימישע רוחניותדיגע פירער האבן דאס סייווי אלע פון לאנג געאסערט און עס איז נישט קיין שום חידוש די איצטיגער שמוץ צולייגונג צום אינטערנעט, און בעט ענדערשטער צו פאוקסען די קאמפען קעגן די עטרת אברהם זאל וואס איז מער א דירעקטע פראבלעם פאר תורה אידן פון היימישען לאגער. איין ארוני זאגט גאר אז די אידישע וויקיפעדיע איז נישט אויסגעהאלטן פון נאטראלקייט פאליסי, ווייל איר הויפט באנוצער איז א זאלי. (כל העולם עולם כולו)
- ענגלישער וויקיפעדיע: ערשטער מאל אין היסטאריע וואס סיסאפ ווערט ארויסבלאקירט פארן וואנדאלזירן ארטיקלן. פראפעסער ווערט ארעסטירט און ארויסגעלאזט אויף די פריי ווען פאליציי האט געטאן זייער זשאב לויט די אינפארמאציע פון א וואנדאליזירטן ביאגראפיע ארטיקל איבער זיין פאלטשן טעראר הילף. זשימי וועילס באפרייט לאנג-יעריגען וויקיפעדיע קריטיקער וואס האט פארשפרייט פריוואטקייטן פון אירע באנוצער ברעכענדיג די פאליסי פון וויקיפעדיע:פריוואטקייט, ווערט צוריק געבלאקט ווען באנוצער זאגט אז ס'איז זיך אים יא געקומען צו זיין בלאקירט. (סינגפאוסט)
- מעיאר מייקל בלומבערג וויל ארויפלייגן 8 דאלער טעקס פאר יעדעס מאל וואס מ'וועט זיך אריבערכאפן דעם וויליאמסבורג בריק. צוליב די ענווייערמענט. (ניו יארק פאוסט)
- פרומער ליטווישער מעיאר פון ירושלים ר' אורי לופליאנסקי ווערט פארדאמט פארן שטאטסראט סאפנסערונג פון תערובות פייערונג פון יום העצמאות אין צענטער פון ירושלים וואס אסאך חרדים האבן זיך אין איר באטייליגט. (בח"ח)
- ר' יהודא משיזהב מאכט בר מצוה. (בח"ח)
- גאר מיאוסע און שארפע מחלוקת אויסגעבראכן צווישן ר' יוסף יצחק גוטניק און זיין בעסטער פריינט, אן אנדער חרדישער ליובאוויטשער חסיד פון מעלבערן. (די עיזש)
- לעיקוואד: זארג און זיכענישען נאך עלטערער איד וואס איז פארשווינדען זינט שבת פון שול. (עי.פי.פי.)
- חב"ד דעם רבין'ס קאר צוזעצט אין עקסידענט. - בילדער. (קרון הייטס אינפא)
- נייער אידישער בוך אויף ענגליש וואס באהאנדעלט די יידיש שפראך און די חסידיםס עטיטוד קעגן די פרייע סעקולארע אידן ווערט אויסגעלויבט דורכן ניו יארק סאן און פארווארד אז יעדער דארף דאס ליינען אבער די ניו יארק פאוסט באריכט אז דאס איז הוילע און ריינע אנטיסעמיטעזום. (גוואקער). עס באשרייבט די פילע מחלוקת פון חסידים צווישן זיך, און אז רוב חרדים זענען פארברענט ציונים. (פעיזש 6)
- א בליק אין די ניו יארק סטעיט בוזשעט; זעקס הונדערט טויזענט דאלער גייט בלויז צו איין חרדישע וואולטעטיגע ארגענעזאציע. (עי.פי.)
- התאחדות הרבנים נעמט אראפ הכשר פון פאפולערע בעקעריי פון בארא פארק. (חדשות אנש)
- באריס יעלטסין פארשטארבן, ווערט געדענקט לטובה פארן ענדיגן די רוסישע רעגירונג געשטיצטע אנטיסעמיטוזם. (זשעי.טי.עי.)
- לאס וועגאס: פראבלעמען מיט א דעטעקטיוו וואס איז געווארן א בעל תשובה און פאליציי דעפארטמענט לאזט אים בשום אופן נישט וואקסן בארד און פיאות. (לאס וועגאס סאן)
- סוכה ווערט באשולדיגט אין פייער וואס האט פארניכטעט די קלויזנבורגער ישיבה אין בארא פארק. (ניו יארק פאסט)
- בארא פארק: וויכטיגע וואלן פאר דעם שכינותדיגן דיסטריקט קענזינגטאן פון דריי שווארצע פאליטיקער צו פארטרעטן אין קאונסיל. (ניו יארק טיימס)