קעמברידזש

שטאט אין ענגלאנד
קעמברידזש
Cambridge
קעמברידזש פון מערב זייט
מדינה / טעריטאָריע ענגלאַנד
פאראייניגטע קעניגרייך
גרינדונג דאַטע ערשטער יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 52°12′18″N 0°07′08″E / 52.205°N 0.119°E / 52.205; 0.119קאארדינאטן: 52°12′18″N 0°07′08″E / 52.205°N 0.119°E / 52.205; 0.119
גראפנשאפט קעמברידזשיר
געביט מזרח ענגלאנד
בירגערמייסטער דזשערי בירד
שטח 40.7 קוואדראט ק"מ
הייך 6 מעטער

 ‑ אין שטאָט

123,867‏  (שטייענדיג 2011)
צײַט זאָנע UTC
cambridge.gov.uk

די שטאָט קעמברידזש (ענגליש: Cambridge) איז אן אוניווערסיטעט־שטאָט און די גראפנשאפט שטאט פון קעמברידזשיר, ענגלאנד. קעמברידזש געפינט זיך אויפן קעם טייך, בערך 80 ק"מ צפון פון לאנדאן. ביים 2011 צענזוס האט קעמברידזש געהאט א באפעלקערונג פון 123,867 (כולל 24,488 סטודענטן). דער ערשטער שטעטל טשארטער האט מען געגעבן אין דעם 12טן יארהונדערט, אבער דעם סטאטוס פון א שטאט האט קעמברידזש נאר באקומען אין 1951.

קעמברידזש איז מערסט באוואוסט וועגן דעם אוניווערסיטעט פון קעמברידזש, געגרינדעט אין 1209 און איינער פון די פינעף בעסטע אוניווערסיטעטן אין דער וועלט. היינט האט קעמברידזש אויך א געלונגענעם הויך־טעכנאלאגיע צענטער, גערופן "סיליקאן פֿען". קעמברידזש ליגט לעבן די M1 און A14 שאסייען, און מען קען דערגרייכן קעמברידזש פון לאנדאן קינגס קראס מיט א נישט־אפשטעלנדיגער באן אין 50 מינוט.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: קעמברידזש