ירמיה דאמען

בעל תפילה און קאמפאזיטאר

ירמיה חיים דאמען (געבוירן תשי״א) איז דער הויפט בעל תפילה און קאמפאזיטאר פון ניגונים אין דעם בעלזער הויף אין ירושלים. ער איז אויך א משגיח אין דער בעלזער ישיבה אין טעלז-סטאן.

ירמיה דאמען
קיין פריי בילד
געבורט 1951 (אלט 73 בערך)
בני ברק, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך קאמפאזיטאר, זינגער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

דאמען איז געבוירן געווארן און אויפגעצויגן אין בני ברק אין א בעלזער משפחה פאטער רבי יצחק איטשע דמן. ער האט אויסגעלערנט חסידישע מוזיק פון זיין פאטער, איטשע דאמען פון ראזוואדאוו, וואס איז געווען א בעל תפילה און באהאוונט מיט די ראזוואדאוו-ראפשיצער ניגונים. ער האט געלערנט אין בעלזער מוסדות.