תורה איז די '2טע קאסעטע פון דעם באקאנטער זינגער יום טוב עהרליך, אין די סעריע יידיש נחת.

דעקלטייפ פון תורה פלאטע

די ניגונים פון ר' יום טוב עהרליך זענען מיט א געוואלד'דיגן געשמאק, ער האט געהאט א גרויסן אויסטערלישן כח און אראפלייגן א מעשה מיט א ניגון און מיט גראמען, וואס אזעלכע כוחות זעהט מען נישט כמעט אין די יידישע גאס, יעדעס ניגון וואס ער זינגט אויף זיינע טייפס איז א אוצר, פיל מיט אינהאלט, און מיט דער ריכטיגער כח פון ניגון ברענגט ער ארויס דער אינעווייניגסטען כח הנפש אויף דער אויבערפלאך. און אין דער זעלבער צייט פארמאגט ער א באזונעדערע חוש פון הומאר, און גאר זיסע געשמאקע ווערטליך, זיינע טעיפס און ניגונים זענען נישט ליינגווייליג, נאר פארקערט מען קען עס הערן און הערן און נישט ווערן מיד, זיינע טייפ'ס הייבן אויף דער מענטש, עס איז א קונץ שטיק אין די ניגונים וועלט.


די לידער אינעם טייפ:

  • זייט A
  1. "דער מלאך"

עס לייגט אראפ מיט זיין אייגענעארטיגן סטיל וויאזוי דער מלאך פליעט ארום מיט דער תורה און טראגט איהר אהן פאר אלע פעלקער זיי זאלן עס נעמען, יעדער פון די פעלקער דרייט זיך ארויס מיט א תירוץ, דער רוס זאגט זי קען נישט נעמען די תורה צוליב "אנכי ה' אלהיך". דער דייטש קען נישט צוליב "לא תרצח", דער פראנזויז צוליב "לא תנאף", דער ענגלעדנער צוליב לא תחמוד, דער אראבער צוליב לא תגנוב, דער אמריקאנער צוליב "כבד את אביך". נאר דער איד האט עס גענומען מיט ליבשאפט.

  1. קבלת התורה

מיט געזאנג און לויב וויאזוי עס האט אויסגעזהן מתן תורה: א באקאנטער פרעז פון דעם ניגון וויאזוי כלל ישראל האט געווארט די ספירה טעג צו קבלת התורה. דער חתן בענגט ער גייט ארום צובראכן, ער ציילט די טעג און ציילט די וואכן, פרייט אייך אלע טאנצעט און קוועלט, די שענסטע וואכן אין דער וועלט.

  1. וואו מען איז

וואו מען איז דארף מען היטן די תורה, און איהר לערנען.

  • זייט B
  1. הילל - ”אין טבֿת, אַ קעלט שנײַט די בײנער, געװען איז עס פֿרײטיק פֿאַרנאַכט...”

די מעשה פון הילל וויאזוי ער האט אוועקגעגעבן זיין לעצטע גראשן פאר תורה.

  1. רבי עקיבא - ”אױפֿן פֿעלד דאָרט, אױפֿן גרינעם מיט די שאָף אונטערן שטאָט...”

וויאזוי רבי עקביא געפינט ביי זיין ווייב רחל חן, זי האט דערשפירט אז ער וועט וואקסן א תנא, זי האט איהם געשטופט, ביז ער איז געגאנגן אין ישיבה לערנען און אויסגעוואקסן א ראש ישיבה פון פיהר און צוואציג טויזענט מאן.

אין יאר תש"ע האט דער באקאנטער זינגער ירמיהו דמן ארויס געגעבן א אלבוים פון די עטליכע ניגונים פון יום טוב עהרליך דערינטער אויך דער ניגון, אבער ער מאכט עטליכע שינוים אין זאגט נישט נאך יעדעס ווארט פון יום טוב עהרליך, ווי למשל ביי די ווערטער "און גאט דערהערט זיין געוויין, און ער געפינט ביים מיידל חן" איז ער משנה, און זאגט:

  1. יאקאב - ”אין אוזבעקיסטאַן, אױף די בערג פֿון דידשזאַן, בײַם גראַניץ פֿון אינדיע און אַפגאַניסטאַן...”

אין יאר תש"ע האט דער באקאנטער זינגער ירמיהו דמן ארויס געגעבן א אלבוים פון די עטליכע ניגונים פון יום טוב עהרליך דערינטער אויך דער ניגון, אבער ער מאכט עטליכע שינוים אין זאגט נישט נאך יעדעס ווארט פון יום טוב עהרליך, ווי למשל ביי די ווערטער "איך האב א טאכטער יונג און שיין" איז ער משנה, און זאגט: אויך איז ער משנה ביי די ווערטער, קריגסט די שענסטע כלה אויף דער וועלט. אויבן אהן עס זיצט די כלה און בריליאנטען פינקעלן ארום איהר, און נאך.

א מסירת נפש פון א איד, אין דער ווייטער רוסלאנד אין א שטעטל סאמארקאנד, א איד איז דארט פארוואגלט געווארן, דער פריץ פון דארף האט אים צוגעזאגט גאלדענע גליקן ער זאל חתונה האבן מיט זיין טאכטער, אבער ער האט נישט געוואלט.

  1. די סוכה

די פעלקער וועלן נעמען די מצוה פון סוכה מקיים זיין ווען משיח וועט קומען, וועט זיך עס אויסארבייטן ? וועלן זיי באקומען שכר ?

יום טוב עהרליך'ס אלבאמען
נומער נאָמען נומער נאָמען נומער נאָמען
1 יידיש נחת 13 מידות 25 א שבת מיטן רבין
2 תורה 14 דיַ 26 דער בעל שם טוב 1
3 תשובה 15 שלא עשני גוי 27 דער בעל שם טוב 2
4 שמע בני 16 למנצח בנגינות 28 אמונת צדיקים (דער בעל שם טוב 3)
5 אמעריטשקע 17 קול מבשר 29 שושנת יעקב
6 אמונה 18 מזמור לתודה 30 אשרינו 1
7 שבת 19 יציאת מצרים 1 31 אשרינו 2
8 לוקסוס 1 20 יציאת מצרים 2 32 הלל
9 לוקסוס 2 21 חסד 33 רננו צדיקים 1
10 חבלי משיח 1 22 אליהו הנביא 34 רננו צדיקים 2
11 חבלי משיח 2 23 דער סאטמארער רבי 1 35 מודה אני
12 שבחי ירושלים 24 דער סאטמארער רבי 2 36 בטחון