דער פֿידל ווערט פאררעכנט װי דער קעניג פון די מוזיק אינסטרומענטן, צוליב די הארציקע מעלאדיעס וואס ער גיט ארויס און וואס מאַכן אים א יחיד במינו צװישן אלע אינסטרומענטן אין די ארקעסטערס.

פידל

דער פידל געהערט צו דער פֿאַמיליע פֿון די סטרונע אינסטרומענטן. מע שפילט דעם פֿידל מיט א שטעקעלע אױף װאס עס זענען געשפּאַנט פֿערדהאָר און װאָס מע רופֿט אָן דעם סמיטשעק. דער פידלער פֿירט דעם סמיטשיק ארויף און אראפ אויף די פידלבענדלעך (די סטרונעס). די רײַבונג פֿון די פֿערדהאָר אױף די סטרונעס איז גורם װיבראַציעס װאָס ברענגען אַרױס פֿון די פֿאַרשײדן גראָבע סטרונעס פֿאַרשײדן הױכע טענער. װאָס גרעבער די סטרונע, װאָס טיפֿער דער טאָן. אַז מע זאָל פֿון די פֿיר סטרונעס פֿונעם פֿידל אַרױסברענגען מער װי פֿיר טענער, קען דער פֿידלער די סטרונע װאָס ער שפּילט אָן מיטן סמיטשיק פֿאַרקירצן דורך אַרױפֿלײגן אַ פֿינגער אױף דער סטרונע. װאָס קירצער דער חלק פֿון דער סטרונע װאָס קען װיברירן, װאָס העכער דער געשאַפֿענער טאָן. בשעת'ן שפילן מיטן פידל, דריקט מען צו דעם קלאַנגקערפּער פונעם פידל צווישן דעם האלז און די אקסל. מיט איין האנט האלט מען דעם פֿידל און פֿאַרקירצט די סטרונעס, מיט דער אַנדערער באַװעגט מען דעם סמיטשיק.

אין דער פידל־פאמיליע זענען פאראן עטליכע ערליי.

  1. דער קאנטראבאס גיט ארויס די נידריגסטע קלאנגען (באס). מע שפּילט אים געװײנטלעך שטײענדיק.
  2. דער טשעלא גיט אַרױס מיטעלע טענער און װערט אַװעקגעשטעלט אױף דער פּאָדלאָגע, נאָר דער טשעליסט שפּילט זיצנדיק.
  3. די װיאלע איז קלענער פֿון טשעלאָ און גרעסער פֿון פֿידל און מע שפּילט זי פּונקט װי דער פֿידל.

די פרייזן פאר א פידל זענען איינגעטיילט לויט די ווערט פונעם האלץ און לויטן נאמען פון פארביצירער. דער אונטערשייד איז אז די ביליקע פילדעך זענען קלעצער, די צווייטער קאטעגאריע פון $800 און העכער זענען געמאכט פון אזעלכע סארטן האלץ וואס פארשענערן דעם קול װאָס מער װאָס עלטער עס ווערט.

איבער דער וועלט

רעדאַקטירן

אין מעקסיקא ניצט מען א פידל אין מאריאטשי מוזיק.


יידישקייט

רעדאַקטירן

אין תלמוד שטייט אז דוד המלך האט געהאט א הארף העכער זיין בעט וואס פלעגט אים וועקן יעדע נאכט ביי חצות, דורך א ווינטל וואס פלעגט בלאזן דערויף.

אין תלמוד שטייט אז שפילן אויף א פידל איז א קלוגשאפט און נישט א מלאכה. געוויסע חסידישע אדמור"ים וו.צ.ב. ר' מרדכ'לע נאדווערנער פלעגן שפילן אויפן פידל.