קול מבשׂר לישועה קרובה לבא איז די 14טע קאסעטע פון דעם באקאנטן זינגער ר' יום טוב עהרליך, אין דער סעריע יידיש נחת.

די ניגונים פון ר' יום טוב עהרליך זענען מיט א געוואלדיגן געשמאק, ער האט געהאט א גרויסן אויסטערלישן כח אראפצולייגן א מעשה מיט א ניגון און מיט גראמען, וואס אזעלכע כוחות זעהט מען נישט כמעט אין דעם יידישן גאס, יעדער ניגון וואס ער זינגט אויף זיינע טעייפס איז א אוצר, פול מיט אינהאלט, און מיט דער ריכטיגן כח פונעם ניגון ברענגט ער ארויס דער אינעווייניגסטן כח הנפש אויפן אויבערפלאך. און אין דער זעלבער צייט פארמאגט ער א באזונעדערע חוש פון הומאר, און גאר זיסע געשמאקע ווערטליך, זיינע טעיפס און ניגונים זענען נישט ליינגווייליג, נאר פארקערט מען קען עס הערן און הערן און נישט ווערן מיד, זיינע טעייפ'ס הייבן אויף דער מענטש, עס איז א קונץ שטיק אין דער ניגונים וועלט.

אין דעם טעיפ זינגט ער לידער וואס פארשטערקערן די אמונה אין די מבשר טוב, אז משיח וועט קומען און אידן וועלן סוף כל סוף אויפשטיין ביים תחיית המתים. עס פארציילט אסאך אומבאקאנטע פאקטן פון די עשרת השבטים, און שפעקולאציעס פון דעם פארשער וואו געפינען זיך די עשרת השבטים.

לויט ווי ער פארציילט געפינט זיך דער סאמבטיון צווישן כינע און אינדיע.

די לידער אינעם טייפ:

  • תחיית המתים - ”אױפֿן אַלטען בּית הקבֿרות אין אַ שטיבל דאָרט בײַם זײט...”
  • זייט A
  1. דער לאנגער וועג - ”ערגעץ װײַט איבער בערג און טאָלען, ליגא אַ שטאָט דאָרטן פֿאַרשטעלט...”
  2. חשבון משיח -
    פאראמעטערס-גרייזן אין מוסטער:דיק

    פרמטרי חובה [ 1 ] חסרים
    ””
  3. דער משפט פֿון די פֿעלקער - ”אױסגעשטעלט עס שטײען טישן איבער אַלע װעלטן, און עס זיצן דאָרט...”

פארציילט וויאזוי די דרייגרויסמאכטן ענגלאנד, רוסלאנד און אמעריקא, וועלן זיך אויס'טענה'ן ביים בית דין של מעלה פאר משיח אז עס קומט זיי שכר וויבאלד זיי האבן געטועהן טובות פאר אידן, און וואס מען ענטפערט זיי.

  1. השגחה פרטית - ”טיף אין ים בײַ אונטער דער ערד דאָרטן, שװימט אַ פֿישעלע זײער קלײן...” - (עס איז דער זעלבער ניגון ווי איינע האט אמאל חתונה געהאט מיט א גרויסע ת"ח, אין טעיפ לוקסוס) און עס ווערט איבעגעזוגנען אהנע ווערטער אין טעיפ למנצח בנגינות ניגון 1).
  2. סדר הבריאה -
    פאראמעטערס-גרייזן אין מוסטער:דיק

    פרמטרי חובה [ 1 ] חסרים
    ””
  1. עשרת השבטים - ”דער בּית המקדש האָט געברענט, די לוים אין דעם שׂונאס העמט...”

וואיזוי די עשרת השבטים וואינען, זייערע התנהגות, און זייערע מלחמות, גענומען פון צוויי היסטארישע בריוון וואס איז געשריבן צום פויפסט.

  1. ארום סמבּטיון - ”שרײַבט דער קעניג אין מדבּר דאָרטן, קומט אַ לאַנד ס'איז גרױס ביז...”

אינטרעאסאנטע פעלקער און התנהגות פון די מענטשן וואס וואינען ארום דעם סאמבאטיון.

  1. דער בית המקדש האט געברענגט -
    פאראמעטערס-גרייזן אין מוסטער:דיק

    פרמטרי חובה [ 1 ] חסרים
    ””

בשעת דעם חורבן בית המקדש האבן די רוימער פארלאנגט פון די אידן זיי זאלן זינגען פאר זיי די לידער וואס די לווים האבן געזונגען אין בית המקדש, די אידן האבן נישט געוואלט און האבן פון זיך געריסן זייערע פינגער כדי נישט קענען זינגען פאר די רוימער, השי"ת האט זיי דאן באצהלט און געשיקט צו א לאנד פון די עשרת השבטים.

  • זייט B
  1. ניט שווער צו פארשטיין ”און איך זאָג אײַך ייַדן ס'איז ניט שװער צו פֿאַרשטײן...”

עס צייגט אויף פון די טבע פון דער וועלט ווי אזוי עס ווערט יעדן טאג און מינוט געמאכט גרויסע ווינדער, ביים וואקסן א פרי, פון די וואלקן, פון די וואסערן, די זעלבע זאך קען געשען וואונדער נסים ונפלאות ווען משיח וועט קומען.

דער באקאנטער זינגער אברהם פריד זינגט איבער דעם ניגון מיט זיין אייגענעם טעם אינעם סי די. אידישע נחת 2.

  1. אן אלטער שמש פון בית הקברות -
    פאראמעטערס-גרייזן אין מוסטער:דיק

    פרמטרי חובה [ 1 ] חסרים
    ””

א מעשה וויאזוי א איד א שמש פון א בית הקברות האט זיך אויסגעאיידלט און האט זוכה געווען הערן און זעהן די נשמות פון די נפטרים, און צוגעגקוקט זייער עבודה און תפלה פאר כלל ישראל.

  1. אידישקייט -
    פאראמעטערס-גרייזן אין מוסטער:דיק

    פרמטרי חובה [ 1 ] חסרים
    ””
  2. משיח - ”דער באַשעפֿער האָט אַזױ די הנהגה געשטעלט...”


יום טוב הערליך האט ארויס געגעבן די 36 קאסעטעס אונטערן נאמען יידיש נחת.

יום טוב עהרליך'ס אלבאמען
נומער נאָמען נומער נאָמען נומער נאָמען
1 יידיש נחת 13 מידות 25 א שבת מיטן רבין
2 תורה 14 דיַ 26 דער בעל שם טוב 1
3 תשובה 15 שלא עשני גוי 27 דער בעל שם טוב 2
4 שמע בני 16 למנצח בנגינות 28 אמונת צדיקים (דער בעל שם טוב 3)
5 אמעריטשקע 17 קול מבשר 29 שושנת יעקב
6 אמונה 18 מזמור לתודה 30 אשרינו 1
7 שבת 19 יציאת מצרים 1 31 אשרינו 2
8 לוקסוס 1 20 יציאת מצרים 2 32 הלל
9 לוקסוס 2 21 חסד 33 רננו צדיקים 1
10 חבלי משיח 1 22 אליהו הנביא 34 רננו צדיקים 2
11 חבלי משיח 2 23 דער סאטמארער רבי 1 35 מודה אני
12 שבחי ירושלים 24 דער סאטמארער רבי 2 36 בטחון