חורבן אייראפע
פריערדיגע עלעמענטן
נירנבערגער געזעצן ·

T-4 פראגראם · קאצעט

אידן
די נאצישע דייטשלאנד
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם
יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע

טערעזיענשטאט, לאדזש, לעמבערג, קראקע

איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע
פאנאר, אדעס
ענדגילטיקע לײזונג וואנזע קאנפערענץ
ריינהארד אקציע
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק,
טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW
געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק)
סוף מלחמה: טויט מארשן
בריחה· שארית הפליטה יידן
אנדערע קרבנות
פאראנטווארטליכע פארטייען
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך ·
אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געשטאפא
קאלאבאראציער
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע
ליסטעס
ליסטע פון איבערגעבליבענע
ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס
רעסורסן

די ווילנער געטא איז געווען פון די גרעסטע געטאס אין ווילנע, ליטע.

ווילנע איז געווען א וויכטיקע שטאט פאר יידיש קולטור, און פלעגט גערופן ווערן ירושלים דליטע. נאכן ערשטע וועלט מלחמה, איז ווילנע געווען אונטער פוילישע הערשאפט, ביז ווען די צווייטע וועלט מלחמה, האט אויסגעבראכן אין סעפטעמבער 1939. לויטן ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך, די צוויי אויסערן מיניסטארן פון נאצי דייטשלאנד, און פון סאוויעט רוסלאנד, איז ליטע אריבער אונטער סאוועטישער איינפלוס, און ווען רוסלאנד האט אקופירט די מזרח געביטן אין פוילן, האט זי איבערגעבן ווילנע צו ליטע. טויזנטער יידישע פליטים זענען אנטלאפן קיין ווילנע, מיטן האפענונג אויסצומיידן דעם נאצישן טייוול. אין יולי 1940, איז די שטאט אריבער צו סאוועטישע קאנטראל, און די רעגירונג, האט שטארק באגרעניצט די יידישע קולטור און ארבעט אין שטאט, דערביי פארשיקענדיק מערערע מענטשן צו טיף רוסלאנד.

דייטשע אקופאציע

רעדאַקטירן

די וועהרמאכט, האט איינגענומען ווילנע דעם 24סטן יוני 1941, און גלייך זיך פארנומען מיט כאפן יידן אויף צוואנגס ארבעט. צרות און גזירות זענען גלייך ארויס, ווי יידן מוזן טראגן א מגן דוד, אדער זיי טארן זיך נישט דרייען אויף די גאסן.

פאגראמען און מערדערייען זענען דורכגעפירט געווארן, מיט אן אקטיווע ליטווינער אנוועזנשאפט, מיטן שפיץ פון די שאוליסטן פאשיסטישע באוועגונג, דורכאויס די זומער פון 1941, זענען 35,000 יידן אומגעקומען דורך נאציס, און זייערע ליטווינער העלפער.

אויפן 6טן און 7טן סעפטעמבער 1941, זענען די יידן געצווינגען געווען אריבערגיין וווינען אין געטא. 38,000 יידן זענען איבערגעבליבן נאך דעם זומער, און אויף דעם 2טן סעפטעמבער, זענען יידן וואס זענען געווען געצווינגען צו פארלאזן זייערע היימען, און 3,700 זענען אויסגעמארדעט געווארן. די יידן האבן נאר געמעגט נעמען זאכן, וואס זיי האבן געקענט טראגן, און נישט זייערע פארמעגנס, און אנדערע שווערע חפצים.

געטא אויפשטעל

רעדאַקטירן

די געטא איז אויפגעשטעלט געווארן אין אלטן יידישן קווארטאל, שוין ביים אנהייב האבן די נאציס צעטיילט דעם געטא אויף צוויי. געטא איינס פאר ארבעטער און פראדוקטיווע קראפט, געטא צוויי פאר אלטע, שוואכע, און יתומים. אין געטא איינס זענען געווען בערך 29,000 איינוווינער, און אין געטא צוויי 11,000 איינוווינער. ווי אין אלע אנדערע געטאס איבער אייראפע, וואס די נאציס האבן אויפגעשטעלט, זענען געווען קרענק, הונגער, און אנדערע אוממענטשליכע באדינגונגען.

ביז סוף דעצעמבער 1941, איז געטא צוויי שוין געווען ליקווידירט, און רוב איינוווינער, זענען אומגעקומען אין פאנאר. די אנדערע געטא האבן די נאציס פארשפראכן צו האלטן גאנץ מיט 12,000 מענטשן, פאר איר פראדוקטיווקייט פארן מיליטער, און אנדערע נוצבארע צוועקן, פארן נאצי רעזשים.

ביז יאנואר 1942, האבן די נאציס אנגעפירט מיט אקציעס, ווי מענטשן זענען פארשיקט געווארן צו זייער אומקום. די יודנראט, האט געמוזט צושטעלן טויזנטער יידן אויף צוואנגס ארבעט, שוין נאכדעם וואס דער איבערצייגונג, אז מענטשן ווערן נישט פארשיקט אויף ארבעט, נאר זיי אומצוברענגען איז געווען פארשפרייט אין געטא. די יודנראט האט פרובירט אויסצופירן א טיילווייזע ראטעווען פון די באפעלקערונג, דורך ארויסגעבן מערסטנס אלטע און קראנקע, מיטן חשבון אז די אנדערע וועט ען לאזן לעבן. נאכדעם אבער האבן די נאציס פארלאנגט אנדערע יידן, וואס זיי וואלטן יא געקענט ארויסהעלפן דעם געטא.

דורכאויס דעם גאנצן יאר 1942, ביז מערץ 1943, איז געווען א דראסטישע ענדערונג, און ווייניק יידן זענען אומגעברענגט געווארן, עס איז גערופן געווארן דער "רעלאטיווער שטילקייט" אדער "סטאבילע תקופה".

די יודנראט מיטן יעקב גענז, האבן געקלערט אז מיטן אויפשטעלן אן ארבעטער געטא, וועלן די יידן געראטעוועט ווערן. די געטא האט געהאט א סארט אויטאנאמיע, מיט א ספעציעלע איינהייט אין די יודנראט, וואס האט זיך אפגעגעבן מיט די קרענק און הונגער, וואס האבן געטראפן דעם געטא. זיי האבן אויפגעשטעלט א פובליק קיך, און שולעס פאר קינדער. אלעס מיט א יידישע ארדענונגסדינסט, א פאליציי, וואס האט געהאלפן פארשטארקן די פאזיציע פון די געטא פירערשאפט.

אין די געטא האט געהערשט א רייכע קולטורעלע לעבן, מיט אלע פראבלעמען פון הונגער און עפידעמיעס. א טעאטער איז אויפגעשטעלט געווארן, און איז געווען זייער דערפאלגרייך, אין איין יאר האט דער טעאטער געשפילט איבער הונדערט פארשטעלונגען, פאר פילע זאלן. די שטראשון ביבליאטעק, האט פארגעזעצט עקזיסטירן, מיט א מיטגלידערשאפט פון 4,700 אבאנענטן. פארברענגען און באלן פון ארבעטער פאראיינען זענען פארגעקומען. אויך איז אן ארכיוו, פון לעבן אין געטא, אויפגעשטעלט געווארן. און א כאר און א מוזיקאלישע סיממפאניע האבן אויך עקזיסטירט אין געטא.

חסידי אומות העולם

רעדאַקטירן

אנטאן שמידט, איז געווען אן עסטרייכער גוי, א סאלדאט אין וועהרמאכט, ער האט צוגעזען די מערדערייען פון די נאציס, און האט אנגעפאנגען ארויסהעלפן יידן פון געטא, אין אקטאבער האט ער זיי צוגעשטעלט פאלשע פעסער, און ארויסגעהאלפן דעם יידישן אונטערגרונט אין געטא, אונטערן אנפירערשאפט פון מרדכי טענענבוים. ער האט ארויסגעשווערצט יידן, און זיי אפגעפירט קיין ביאליסטאק, אויך האט ער צוגעשטעלט מיליטערישע אטאמאבילן, פאר די יידישע קעמפער. לויט אפשאצונגען האט שמידט געהאלפן ראטעווען, אומגעפער 250 יידן. ער איז געכאפט געווארן אין אפריל 1942, און ער איז פאראורטיילט געווארן צום טויט.

יידישע קעגנערשאפט

רעדאַקטירן

אין ווילנע זענען געווען עטליכע יידישע אונטערגרונט גרופעס. אויפן 21סטן יאנואר 1942, האבן זיך אלע פאראייניקט אונטערן נאמען פאראייניקטע פארטיזאנער ארגאניזאציע (פפ"א). דער קאמאנדיר איז געווען יצחק וויטענבערג, און אונטער אים זענען געווען אבא קאוונער, און יוסף גלאזמאן. די מענטשן אין די קעגנערשאפט האבן אנגעהערט אלע יידישע פארטייען, רעכטע און לינקע. אין 1943, האבן זיך צוגעשלאסן די "יחיאל קאמף ארגאניזאציע". די קעמפער האבן דורכגעפירט אקטן קעגן נאצישע צילן, אין ווילנע אומגעגנט.

די יודנראט, האט צוגעהאלפן די נאציס אין די פארשיקונגען פון יידן צו טויט לאגערן, דעריבער האבן די קעמפער געשטעלט פלאקאטן, אז די יודנראט זענען פאררעטער, וואס יידן זאלן אויפהערן זיך צוהערן צו זיי. די געטא איינוווינער האבן נישט אויסגעהערט צו די ווארענונגען פון די אונטערגרונט.

די נאציס האבן באקומען אינפארמאציע אויף יצחק וויטנבערג, און די ארדענונגסדינסט האט אים ארעסטירט, נאך אן אקציע פון זיינע פריינט, איז ער באפרייט געווארן. די נאציס האבן דערקלערט אז אויב געט ער זיך נישט איין צו די נאצישע אינסטאנצן, גייען זיי פארניכטן די גאנצע געטא, צום סוף האט ער זיך אונטערגעגעבן, און מיט א ציאניד פיל איז ער געגאנגען זיך איינגעבן צו די נאציס, ער איז ארעסטירט געווארן און געפייניקט געווארן, און באגאנגען זעלבסטמארד אין טורמע.

אויפלעזונג פון געטא

רעדאַקטירן

אין אוגוסט 1943, איז די געטא ארומגענומען געווארן מיט פאליציי, און 7,000 יידן זענען פארשיקט געווארן צו אן "ארבעטס לאגער" אין עסטלאנד, די פארטיזאנער האבן פרובירט אנפירן א ווידערשטאנד, אבער די איינוווינער האבן נישט מיטגעהאלטן, און עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, 150 קעמפער פון געטא זענען אנטלאפן, דורך די אפלויף סיסטעם צו די וועלדער, ווי זיי האבן זיך אנגעשלאסן אין פארטיזאנער גרופעס.

אום 23סטן סעפטעמבער 1943, האט די געטא אויפגעהערט צו פונקציאנירן, ווען די לעצט פארבליבענע יידן, זענען פארשיקט געווארן, אדער אומגעקומען אין פאנאר.