ביאליסטאק
ביאליסטאק איז א גרויסע שטאט אין פוילן, וואו עס האבן געוווינט טויזנטער יידן.
ווען די דייטש האט אריינמארשירט קיין פוילן, איז ביאליסטאק געווען אונטער רוסלאנד, לויטן ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך, אבער אין יוני 1941 האט דייטשלאנד אונטער גענומען אפעראציע בארבאראסע, און אטאקירט די סאוועטן פארבאנד, ביים אריינקומען אין ביאליסטאק, האבן געוווינט דארט, איבער פופציג טויזנט יידן, גלייך ביים אנקומען האבן די נאציס אנגעפאנגען מיט זייערע מערדערישע אקטן, און האבן פארברענט צוויי טויזנט יידן לעבעדיגערהייט, איבער די קומענדיקע פאר וואכן, האבן זיי אומגעברענגט, נאך אפאר טויזנט יידן.
אין אויגוסט 1941, איז אויפגעשטעלט געווארן א געטא, ווי אין אלע אנדערע געטאס, געווארן א ציל צו רויבערייען, פון דאס יידישע האב און גוטס, די געטא איז געווען אנגעפירט דורך א יודנראט, און אלס עלטעסטער, איז געווען אפרים באראש.
א יידישע אונטערגרונט איז געווען טעטיג אין דער געטא, אבער איז געווען פארטייאיש, אבער אין יולי 1943, איז אויפגעשטעלט געווארן א פאראייניקטע יידישע קאמפס ארגאניזאציע, מיטן אנפירערשאפט פון מרדכי טענעבוים-טאמאראוו, אויך איז אויפגעשטעלט געווארן אן ארכיוו, וואס האט באשריבן דאס לעבן אינעם געטא.
אין פעברואר 1943, זענען צען טויזנט יידן פארשיקט געווארן קיין טרעבלינקע, אום אויגוסט איז געווען א באפעל, צו פארשיקן נאך דרייסיג טויזנט יידן, אבער עס האט אויסגעבראכן אן אויפשטאנד, וואס האט אנגעהאלטן פון 16טן אוגוסט ביזן 20סטן אוגוסט, און די קעמפער זענען אומגעקומען, דערנאך איז געבליבן א קליינע געטא, מיט א פאר טויזנט איינוווינער, וואס אין ענדע יאר 1943 זענען זיי אויך אומגעקומען.
הונדערט פופציג יידישע אונטערגרונט מיטגלידער, האבן זיך אנגעשלאסן מיט פארטיזאנער, און א טייל פון זיי האבן איבערגעלעבט די קריג, נאך דריי הונדערט יידן זענען אהיים געקומען קיין ביאליסטאק, ווען די מלחמה האט זיך גענדיקט.