דער מגן דוד איז א העקסאגראם (א זעקס שפיציגער שטערן) סימבאל צוזאמען געשטעלט פון 2 דרייעקן איינער פארקערט ווי דער צווייטער.

די ציוניסטישער באוועגונג האט גענומען דעם מגן דוד פאר זייער סימבאל, זיי האבן דאס אריינגעזעצט אין זייער פאן. זייט דעמאלטס זענען דא פרומע אידן וואס ווילן נישט האבן קיין שייכות מיטן מגן דוד, און היינט צוטאג זעהט זייער זעלטן אין חסידישע בתי מדרשים א מגן דוד. אן אויסנאם איז די סקווירא חסידות זיי האבן יא א מגן דוד אין זייער בית המדרש.

די ישראלישע פאן איז אויך אויסגעפארמעט פון א בלויע מגן דוד.

היסטאריע

רעדאַקטירן

דער מגן דוד ווערט דערמאנט אין ספר רזיאל המלאך, און קבלה ספרים זאגן פירושים פאר וואס עס האט פונקט זעקס עקן.

במשך פון אלע דורות האט דער מגן דוד געדינט ווי א סימן פאר יודישקייט, ווי מען האט געזעהן א מגן דוד האט מען געוואוסט אז דא איז דא עפעס א זכר פון אידן. עס איז געווען אין אלע בתי מדרשים אין דער וועלט אלץ א אידישער סימן.

ביי דער צווייטער וועלט קריג האבן די דייטשן איינגעפירט אז אלע יודען מוזען גיין מיט די געלע לאטע, וואס איז געווען א געלע מגן דוד, א סימן אז ער איז א איד.

מען טרעפט אין די היסטאריע אז אויך גוים האבן זיך דערמיט באנוצט און לאו דוקא פאר אידישע סימנים, ביים באפרייאונגס קריג פון די פאראייניגטע שטאטן, זענען אויף די פענער טיילמאל געווען די מגן דוד, אנשטאט די שטערן וואס איז היינט באנוצט,