פארטיזאנער

קעמפער פון אַ גערילאַ באַוועגונג

אַ פּאַרטיזאַן אָדער פּאַרטיזאַנער איז אַ קעמפֿער וואָס שטייט מחוץ די רייען פֿון אַ רעגולערער אַרמיי. דער עיקר באַציט מען זיך אַזוי צו יענע קעמפֿער וואָס האָבן אין אייראָפּע, בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, זיך געשלאָגן קעגן די אַרמייען פֿון נאַצישן דײַטשלאַנד.

טעקע:Soviet guerilla.jpg
סאָוועטישע פּאַרטיזאַנערס אין בעלאַרוס 1943

פּאַרטיזאַנער־גרופּעס האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם קאַמף קעגן די דײַטשן אין אוקראַינע, בעלאַרוס, יוגאָסלאַוויע. אין אַנדערע ערטער איז זייער אויפֿטו געווען קלענער.

עס זענען געווען אַ סך ייִדן צווישן די פּאַרטיזאַנער, אַפֿילו צווישן די אָנפֿירערס, וואָס האָבן געהאַט גאַנצע איינהייטן אונטער זיך. ווידער זענען געווען פּארטיזאַנער־גרופּעס, וואָס זייערע אָנפֿירערס זענען געווען אַנטיסעמיטן און האָבן אַפֿילו אומגעברענגט ייִדן. אין אַ סך גרופעס זענען געווען אי ייִדישע, אי נישט־ייִדישע פּאַרטיזאַנער.

צווישן די ייִדישע פּאַרטיזאַנער וואָס האָבן זיך אויסגעצייכנט זענען געווען אַ צאָל ייִדישע שרײַבער ווי שמערקע קאַטשערגינסקי, אַבֿרהם סוצקעווער און חיים יעלין.