חורבן אייראפע
פריערדיגע עלעמענטן
נירנבערגער געזעצן ·

T-4 פראגראם · קאצעט

אידן
די נאצישע דייטשלאנד
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם
יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע

טערעזיענשטאט, לאדזש, לעמבערג, קראקע

איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע
פאנאר, אדעס
ענדגילטיקע לײזונג וואנזע קאנפערענץ
ריינהארד אקציע
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק,
טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW
געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק)
סוף מלחמה: טויט מארשן
בריחה· שארית הפליטה יידן
אנדערע קרבנות
פאראנטווארטליכע פארטייען
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך ·
אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געשטאפא
קאלאבאראציער
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע
ליסטעס
ליסטע פון איבערגעבליבענע
ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס
רעסורסן

אדעס רציחה איז דער פאגראם אין אדעס וואס האט פאסירט, ווען רומעניע, מיט נאצי דייטשלאנד, האבן אינוואדירט רוסלאנד, ביי דער אפעראציע בארבאראסע, אין 1941, ביי די צווייטע וועלט מלחמה.

די יידישע באפעלקערונג איידער די נאציס האבן אריינמארשירט קיין אוקראינע, איז געשטאנען ביי אריבער 100,000, א טייל פון די ידן איז געלנגען צו אנטלויפן, מיט די רוסן.

די רומענישע מיליטער הויפטקווארטיר, איז אויפגעריסן געווארן דורך א באמבע, 16 אפיצירן זענען אומגעקומען, און נאך 9 אפיצירן וואס זענען נישט קיין קאמאנדירן, און 35 זעלנער זענען אומגעקומען, יאן אנטאנעסקו, דער רומענישער פירער, האט באפוילן אז פאר יעדע טויטע אפיציר, וועלן 200 יידן אומקומען, און אויף יעדע סאלדאט 100 יידן.

אנהייב טאג דעם 23סטן אקטאבער, האבן זיי אומגעברענגט 5,000 יידן אין שיסערייען, שפעטער יענע טאג האבן זיי צאמגענומען 25,000 יידן, און אריינגעשאסן פופציג אינעם טייך, די איבעריגע האבן זיי אריינגעשיקט אין א קעלער, ווי מען האט פאבריצירט מאשין געווער, און די רומענישע זעלנער האבן פארשלאסן די טויערן, און אריינגעשאסן אינעם קעלער, צו מאכן זיכער אז אלע זענען טויט, האבן זיי פארברענט די קעלער, און דעם אנדערע טאג האבן זיי אריינגעווארפן, האנט גראנאטן.

נעבן פארט האבן די רומענער גענומען טויזנטע יידן, און זיי פארגאזט, נאכן מלחמה האט מען געפונען אין א קבר אחים אין די געגנט, איבער 2,000 קערפערס.

בערך 40,000 איבערגעבליבענע יידן, זענען פארטריבן געווארן צו א שטעטל סאלאבאדע, און דארט זענען זיי פארפרוירן געווארן צו טויט.

אויף דעם 28סטן אקטאבער, האט זיך אנגעפאנגען דער צווייטער כוואליע, ווען פינעף טויזנט יידן זענען אריינגעטריבן געווארן אין שטאלן, ווי זיי זענען געשאסן געווארן, צום סוף דעצעמבער זענען 50,000 יידן, פון די קאנצעטראציע לאגער באגדאנאווקא, אומגעקומען, און א מאנאט דערנאך זענען 10,000 יידן גענומען געווארן אויף א טויטן מארש.

אין יאנואר 1942, איז עס געקומען אן ענדע, ווען ארום 20,000 יידן, זענען פארטריבן געווארן מיט בהמה וואגאנען, קיין בערזאווקע, ווי אלע זענען שפעטער אומגעקומען,

די סטאטיסטיק

רעדאַקטירן

דער פאגראם איז נישט קיין ספק אז עס איז געווען, בנוגע די נומערן פון די אומגעקומענע איז פארהאן חילוקי דעות, דער יידישער ווירטואלע ביבליאטעק טענהט, אז 34,000 יידן זענען אומגעקומען דורכן רומענישן מיליטער, דער אמעריקאנער האלאקאסט מוזיי טענהט, אז הונדערט טויזנט יידן זענען אומגעקומען דורך רומענער. און דורך די נאציס, וואס האבן אומגעברענגט די פארטריבענע יידן.

די מענטשן וואס זענען געווען פאראנטוואטליך, זענען געברענגט געווארן פארן געריכט. גענעראל מאטשיטשי, וועלכע איז פערזענליך געווען אריינגעמישט אינעם פאגראם, איז פאראורטיילט געווארן צום טויט, די אנדערע צו לעבנסלענגלעכע טורמע, איינער האט באקוען בלויז איין יאר טורמע, קעניג מיכאיל דער ערשטער האט פארשוינט דעם גענעראל, און האט אויפגעטוישט זיין אורטייל אויף לעבנסלענגלעכע טורמע, ער איז געשטארבן אין יאר 1950, אין טורמע.