חורבן אייראפע
פריערדיגע עלעמענטן
נירנבערגער געזעצן ·

T-4 פראגראם · קאצעט

אידן
די נאצישע דייטשלאנד
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם
יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע

טערעזיענשטאט, לאדזש, לעמבערג, קראקע

איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע
פאנאר, אדעס
ענדגילטיקע לײזונג וואנזע קאנפערענץ
ריינהארד אקציע
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק,
טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW
געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק)
סוף מלחמה: טויט מארשן
בריחה· שארית הפליטה יידן
אנדערע קרבנות
פאראנטווארטליכע פארטייען
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך ·
אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געשטאפא
קאלאבאראציער
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע
ליסטעס
ליסטע פון איבערגעבליבענע
ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס
רעסורסן

מיידאנעק, איז א טויט לאגער, וואס געפונט זיך פיר קילאמעטער פון לובלין, פוילן. דער נאמען "מיידאנעק" שטאמט פונעם נאמען פון "מיידאן טאטארסקי" באצירק אין לובלין; אזוי האבן די איינוואוינער גערופן דעם קאצעט. אין דייטשיש איז עס גערופן געווארן לובלינער קאנצענטראציע לאגער. אנדערש ווי אין אנדערע טויט לאגערן, ווי אוישוויץ, טרעבלינקע, איז דער לאגער געווען אין אן אפן פלאץ, אן א צוים און אן שטעכלדראטן. די נאציס האבן ביים פארלאזן דעם לאגער, נישט פארברענט אדער פארווישט די שפורן פונעם לאגער, און אלעס איז פארבליבן, ווען די רוסן האבן באפרייט מיידאנעק.

דער לאגער איז אויפגעשטעלט געווארן, אויפן באפעל פון היינריך הימלער, וועלכער האט באזיכט לובלין יולי 1941. פון אנהייב איז מיידאנעק געווען א לאגער פאר געפאנגענע, אנגעפירט דורך די עס.עס., אין 1943 איז דער לאגער געווארן א פארניכטיגונגס לאגער.

די צאל אומגעקומענע אין לאגער, ווערט געשאצט אויף 200,000, פון זיי ארום זעכציק טויזנט יידן. און די אנדערע רוסישע און פוילישע געפאנגענע. די אומברענגען איז געווען אין גאז קאמערן, און אין אויווענעס.

ווי אויך זענען אין לאגער געווען געפאנגענע וואס האבן געארבעט אלס צוואנגס ארבעטער, אין פאבריקן וואס האבן פראדוצירט וואפן און אמוניציע, פאר'ן דייטשן מיליטער.

אום ענדע יאר 1943, איז פארגעקומען א מאסן שחיטה אין מיידאנעק, וואס די נאציס האבן גערופן די שניידן חגא, לאסט אויטאס זענען געברענגט געווארן, און מיט מוזיק וואס פארטייבט די אויערן, האבן זיי גענומען יידן צו גריבער, וואס זענען שוין פון פריער אויסגעגראבן געווארן, האבן זיי אומגעברענגט אלע יידן, וואס זענען געברענגט געווארן צו די גריבער. אין יענעם טאג זענען 18,400 לאגער געפאנענע אומגעקומען.

אין יולי 1944, איז דער לאגער אויסגעליידיקט געווארן, טויזענט געפאנגענע זענען גענומען געווארן צו א טויט מארש, און די וואס זענען פארבליבן, זענען באפרייט געווארן דורך דער רויטער ארמיי. די נאציס האבן נישט באוויזן צו פארניכטן דעם לאגער, ביי זייער ריקצוג.

אין אוגוסט 2010, האט א פייער אויסגעבראכן אין דעם אלטן לאגער, און האט געברענגט א שווערן שאדן צו דעם לאגער, די פוילישע אינסטאנצן האבן איבערגעגעבן, אז א גרויסע טייל פון די שיך קאלעקציע, און א טייל פון די האלצערנע באראקן, זענען פארברענט געווארן.