אברהם אבינו

(אַריבערגעפֿירט פון אברהם)

אברהם אבינו איז דער פאטער פון דעם אידישן פאלק, און פון די אנדערע צוויי אברהמישע רעליגיעס: קריסטנום און איסלאם.

אברהם אבינו
געבורט 1813 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1638 לפנה״ס (אלט 175 בערך)
חברון, פאלעסטינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט מערת המכפלה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
אברהם אבינו (געמעל)

עס איז א מחלוקה וואו אברהם איז געבוירן. אין געוויסע מדרשים איז פאראן אז ער איז געבוירן אין כותא. אנדערע זאגן אז ער איז געבוירן אין אור-כשדים. דער רמב"ן שרייבט אז ער איז געבוירן נישט אין אור כשדים, נאר אין עבר הנהר.

הקב"ה האט אויסדערוועלט זיינע קינדער צוליב דעם וואס זיין ספערמע איז גענעטיש שטארק נאמנות אז זיי וועלן זיך האלטן שטענדיג צו די אמונה און בטחון.

ער האט שוין ביי די 3 יאר פון זיך אליינס אויסגעטראפן אז די וועלט און אירע באשעפענישן און נאטור מוז זיין פון א פלאנירער און גאר א קלוגער וויסענשאפטליכער אלץ-ווייסער. דורך א מעשה וואס ער האט מיטגעלעבט און ווערט פארציילט אין מדרש אז ער האט שפאצירט אויף דעם וועג און די זון האט געבאקן מיט א מורא'דיגע שטארקייט אים צו מאכן הייס האט ער זיך אראפגעזעצט אונטער א בוים וואס האט אים געגעבן שוץ און אפגעקילט, אזוי ארום האט אים באטראפן די גילוי השכינה זעהנדיג זיין חסד און קלוגער אויספארמונג פון בוים אים צו דינען. האט ער זיך זינט דעמאלטס באהאפטן צום בורא כל עולמים און הקבה האט געשלאסן מיט אים א בונט צו פארמערן זיינע קינדער ווי די שטערן פון הימל און זאמד פון בארטן.

אברהם אבינו גבוירן א' טבת א'תתקמ"ח. אברהם אבינו איז נפטר געווארן א' טבת ב'קכ"ג.