פארטאל:אקטועלע געשעענישן /2007 מיי 25
- טראץ נענסי פעלאוסיס צוזאג טוען די דעמאקראטען זיך ברעכן, און אפראווען יא איראק מלחמה געלט שטיצע אן א דעדליין ווען ארויסצונעמען פון דארטן די טרופען. (רויטערס)
- ירושלים: פאליציי ערלויבט געיז אפצוהאלטן זייער תועבה מארטש קומענדיגן חודש און פארזיכערט זיי שוץ פון די חרדישע פראטעסטען. (וויינעט)
- נאבעל פריז פיזיקער פראטעסטירט בריטאניעס אנטיסעמיטיזם מיט בויקאט. (זשעי. פאוסט)
- נהריה: פאפולערער און באקאנטער רב אונטער ארעסט נאכדעם וואס א ווייבל מיט צוויי קליינע מיידלעך באשולדיגן אים אין זיי סעקסואל באלעסטיקען. (הארץ)
- פלעטבוש: ישיבה אוניווערסיטעט בחור קלאגט אן די פאליציי פארן אים ארעסטירן אין ווייטאג פארן זיך ארום טראגן מיט מעדעצין פאר א בראך. (נ.י. פאוסט)
- זשעניווע: איינע פון די וועלטס גרעסטע שולן ארויף אין פלאמן שבועות אויף די נאכט. - בילדער. (בח"ח)
- אימאם אין עזה רופט צו הינריכטן כאמאסניקעס ווייל זיי האבן אידישע כאראקטעריסטיקס. (ערוץ 7)
- ניו יארק: עיטיאיסט פילאנטראפ געבט 22 מיליאן דאלער פאר קריסטליכע שולעס דערביי ארונטערייסענדיג די חינוך פון די פרייע פובליק שולעס. (נ.י. פאוסט)
- קענטאקי: רעליגיעזע עפענען נפלאות הבורא מוזיעם אין ווערד פון צענדליגע מיליאנען דאלערן אז די וועלט איז באשאפן געווארן לויט די תורה נישט מער פון 6 טויזענט יאר אלט. (ניו יארק טיימס)
- ברוקלין: פאפא מוסדות באקומען גרענד פון גויאישע ארגענעזאציע צו לערנען פריוואט מיט שוואכע תלמידום אין ווער פון הונדערטע טויזעטע דאלער. (זשעי.טי.עי.)
- רבנים אין רוסלאנד קעמפן אז אידן זאלן זיך לאזן באגראבן גאנצערהייט נאכן טויט און נישט זיך פארברענען אויף אש. (וואשינגטאן פאוסט)
- משפחה (מאגאזין) דרוקט אפ קאלום פון דעת תורה פון רב קעגן די מהדרין באס ליניע, אז נישט לאזן משפחות זיצן צוזאמן אויףן באס איז איבערגעטריבן וואס ברענגט אז זיי זאלן דוקא פארן מיט פריי גענצליך געמישטע אטאבאסן. (ען.אר.זשי.)
- פעדעפייל רב וואס ווערט געזוכט דורך אמעריקע נאכן אנטלויפן, געכאפט און ארעסטירט אין אינדיע. (אינטערנעשענל העראלד טריביון)
- ארץ ישראל: אטוירני זשענעראל מני מזוז צווינגט אידישע צדקה פאנד קרן קימת לישראל צו איינטיילן אייניג אירע באדענעס צווישן אידן און אראבער. (ווארל נעט דעילי)
- ראן לאודער אמטירט אנצופירן דעם וועלט אידישען קאנגרעס. (זשעי. פאוסט)
- דייטשלאנד: נייער טעלעוויזיע דאקומענטערי ווייזט אז דער לעגענדארער נאצי גענעראל ראמעל איז גארנישט געווען א מדבר פוקס נאר גאר א היטלער פאפעט, וואס זיינע אלע העלדישקייטן איז בלויז געווען א פראפעגאנדע מיטל צו העלפן פארשנעלערן די אידן פארטילוגונג. (די סקאטמסאמן)
- פראנקרייך: דער נייער פרעזידענט סארקויזי רופט צו פארשטרענגערן סאנקציעס קעגן איראן. (זשעי. פאוסט)
- שפאניע: גרויסער קליידונג און פעשאן קאמפאני אנטשולדיגט זיך פאר אידן איבער די וועלט איבער שעטנז וואס זיי האבן פראדצירט און פארשפרייט. (גארדיען)
- אמעריקע: 8 יאר טורמע אורטייל פאר ארבייטער פון קאוקע קאולע וואס האט ארויסגעגבן סודות פון די אינגרידיענטס פאר קאמפעטישען. (וויינעט)