פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מערץ 8
- אויפברויז אין לאנדאן אידנטום נאכדעם וואס פאליציי שפריצט מעיס אויף חרדישע פראטעסטירער וואס בלאקירן פאליציי קאר, שטערנדיג ארעסט פון איגענטליכע וואס האבן אנגעשריבן העסליכע גראפיטי אויף נטורי קרתא געביידע. (ען. אר. זשי.)
- זשימי וועילס ערקלערט פאר די פרעסע אז מען גייט דורכפירן נייע פאליסי אין ענגלישער וויקיפעדיע, אז ווער עס לייגט ארויף קרידענשעלס אויף זיין באנוצער בלאט, וועט דאס מוזן אויפווייזן פאר די סיסאפ אז עס איז טאקע אמת אבער אויב מען שרייבט נישט קיין פריוואטקייטן איבער זיך אויפן באנוצער בלאט ברויך מען נישט גארנישט אויפווייזן. (טעקספאט)
- פערמענעט מעיקאפ טעכניק וואס מאכט דעם פנים פאר פרויען שיין פאר א לענגערע צייטאפשניט באקומט השגחה נאכדעם וואס רבנים פסקענען אז דאס איז נישט ווי כתובת קעקע. (בחדרי חרדים)
- נייע געזעץ אין ארץ ישראל צווינגט אירע בירגער צו חינוך פאר קינד ביז כתה י"ב. (ישיבה קטנה יאר). (וויינעט)
- טאלק שוי סעלעבערעטי, ראוזי אודאנעלד ערקלערט אויף טעלעוויזשען אז זי ליידט פון דעפערעסיע און בעט די אמעריקאנע פאלק זיך נישט שעמען צו נעמען מעדעצין'ען פאר גייסטישע קרענק. (עי.בי.סי.)
- איינע פון די שווערסטע קאר עקסידענטס אין ארץ ישראל, נעבן לוד לאזט איבער 6 טויט. (וויינעט)
- מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אינדארסירט, א יאר דערנאך, די פראטאקאל פון ניו יארק סטעיט געזונטהייט קאמישיענאר וואס לאזט יא מאכן מציצה בפה, ווערט געזעהן לויט טייל אלס פאלטישער וואונק פארן נייעם גאווערנער עליעט ספיצער ער זאל זיך אויך האלטן צו דעם אפמאך. (קענאניסט)
- חבר הכנסת ר' יעקב ליצמאן פארבלייבט ביי די מאכט אלס פינאנץ מיניסטער נאך דורכגעפאלענער פרואוו פון די קאליציע אים אויפזאגן, און נישט געקענט טרעפן א רוב שטימע דערפאר. (הארץ)
- נייעס באריכט באנייט זיין אלטען קאמף, ווען ער איז צו שטרענג געווען אלס מעיאר, רודי זשוליאני, איצט אז ער איז געווארן די פראנט ראנער ביי די רעפובליקאנער צו דינען אלס פרעזידענט פון אמעריקע. (כל העולם כולו)
- וואשינגטאן פאוסט באריכט פון הויך-ראנגיקער יו.עס. אפישל אז מדינת ישראל האט ארקעסטרירט דאס נעלם ווען פון איראן גענעראל כדי ארויסגעבן העכסט סודותפולע שפיאנאזש פאר די מערב וועלט איבער איראן. (וויינעט)
- באראק אובאמא אין סטאקס סקאנדאל, נאכן קויפען שוואכע קאמפאני שעירס בלויז ווייל זיי האבן בייגעשטייערט צו זיין קאמפיין. (ניו יארק טיימס)