פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 אַפּריל 6
- איציק גאטעסמאן באשרייבט די טעגליכע פראבלעם פון רעדאקטירן אן אידישע שפראך וואס היינטיגע רעדער זאלן איר אויך פארשטיין. (פארווארד)
- הצלחה פון פארווערטס איז געלעגן אינעם וויזיע פון איר לאנג יאריגער שעף רעדאקטאר אברהם כהנה וואס איז געווען א געשוואורענער קאמוניסט און האט אוועקעגשטעלט די צייטונג צו דינען די ארימע פארפלאגטע שיכט פון פאלק. ער האט דערמיט אויסגעלייזט דאס שפראך יידיש פון די אינטאלעקטועלער וועלט צום פשוטן המון. (פארווארד)
- די געשלעג צווישן יצחק באשעוויס זינגער מיט אברהם כאהאן איבער די מיינונג פון א נאוועל, צו זאל דאס דינען די פיין פון פון דעם ארימען מאן, אדער די מיסטעריע פון דעם מענטש. (פארווארד)
- איזראעלי עקאנאמיע וואקסט, מיט אויסנאמער חוץ לארץ'דיגע אינוועסטמענטס טראץ סקאנדאלן וואס פלאגן נאכאנאנד איר רעגירונג. (ביזנעס וויק)
- אידישע איזראעלי ביליאנערען אינוועסטירן אין כינע טראץ שווערע און קליינע פראפיטעטן. (הארץ)
- בריטען: טיטשערס אין פובליק שולעס לערנען נישט די האלאקאוסט שטודיעס כדי נישט צו טשפענען די מוסולמענער סטודענטען. (דעילי מעיל)
- אהוד אולמערט לייקענט נענסי פעלאוסיס שלום מעסעזש צו סיריע פון ארץ ישראל. (זשעי פאוסט)
- נייער ערפינדונג מאכט אלע בלוט טיפען אוניווערסיאל. (וואשינגטאן טיימס)
- פלארידע אטוירני זשענעראל בעפעלט קאנדא צו ערלויבן אידישן טענעט לייגן מזוזה אין פארענט פון זייער דירה. (סאן סעטעניאל)
- דעמאקראטען באקעמפן פרעזידענט בושס אידישען אמבאסאדאר צו בעלגיע ווייל דער פילאנטראפ וואס האט אויפגערעגט די דעמאקראטן דורך שטיצען די קאמפיין קעגן זשאן קעריס אויפגעבלאזענער וויעטנאם העראואישקייט, איז א וואלענטור און קען נישט ארבייטען פאר די רעגירונג אן באצאלט. (מיין פאקס)
- א דריטל פון פראנצויזישע אידן שיקן די קינדער לערנען אין קאטאלוישע שולעס. (זשעי פאוסט)
- נייע דאקומענטען אויפגעדעקט אז היטלערס פויבסט האט גאר געהאלפן אידן זיך ראטעווען פון די האלאקאוסט. (טעלעגראף)
- אפריקה ישראל שפרינגט איבער באנק לאומי צו ווערן ארץ ישראלס פערטער גרעסטער קאמפאני אויפן איזראעלי סטאק עקסטשעינזש. (גלאובס)
- אין א איבעראשענדער אקט: ארקאידי גאידמאק קויפט אפ ריעל עסטעיט פירמע. (הארץ)