פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 אַפּריל 20
- וויליאמסבורג אין שאק: רויבער וואס האבן צוגעכאפט טייערע זשולערי פון חרדישע ווייבלעך אונטער גאן דראונג, בשעת זיי האבן איינגעקויפט אין די לאוער איסט סייד, אין א סחורה געשעפט אויף דעלענסי קאר ארטשארד סטריט, אנטלאפן אויף די פריי. (ניו יארק וואן)
- הויפט דעמאקראט הערי ריעד ערקלערט פארן פאלק און פאר דער וועלט: אמעריקע האט פארלוירן די איראק מלחמה. (רויטערס)
- פאליציי פאדעכטיגט חרדים אין באמבע אטאקע נעבן בית שמש צוליב די שטאלץ מארטש. (וויינעט)
- פאריז: רב אטאקירט אין סאבוויע סטאנציע. (אי.זשעי.פי.)
- קאסטומער קויפט א פאר שיך און געפינט דערין א סאוואסטיקע - ווידעא. (פאקס ניוז)
- מיידלעך אין בית יעקב שולע וואס האבן זיך אויפגעשטעלט ביים יום השואה סירענע פייעפער צו געדענקן די 6 מיליאן קדושים באשטראפט אז זיי מוזן זאגן תהלים אגאנצן טאג צוליב דעם וואס דאס איז א פרייע מנהג. (זשעי פאוסט)
- אינגע מערדער וואס האט געבראכן היסטאריע אנמאכענדיג די ווירזשיניע טעק שחיטה איז געווארן געטשעפעט נאכאנאנד אויף זיין איזיאנער אפשטאם און שעמעדיגע נאטור. (ניו יארק פאוסט)
- שווערע מחלוקת אין ליטווישען הכשר ארגאניזאציע שארית ישראל מאכט אן הלכהדיגע שאלה איבער חמץ פארקויף. (בשעה טובה)
- געזונטהייט: סייענטיסטן פירן דורך שטודיע וואס צייגט אז פארקלערנען די צאל זאלץ אין אייער דיעטע טוט נישט נאר אפנידערן אייער בלוט דרוק נאר אויך פארמינערן די שאנסן פון הארץ אטאקעס. (ניו יארק פאוסט)
- קאנאדע ביזנעס-מאן קלאגט אן וויקימעדיע פונדאציע פארן אביוזן זייער כוח אין זיין ביאגראפיע ארטיקל וואס איז געווען מער נעגעטיוו ווי פאזיטיוו. (לאקאל מידיע)
- פארשלאג אין כנסת אז ארץ ישראל רעגירונג זאל געבן געלט פאר ביזנעסער וואס נעמען אריין חרדים און פראגראם זיי צו שיקן ארבייטען, רופט ארויס ברויז און פראטעסט פון פרייע אידן איבער דיסקרימינאציע. (הארץ)
- וועלט בארימטער חרדישע עסקן ראביי גלאק ל"ע אוועקגעפאלן מיט הארץ אטאקע. (ישיבה וועלט)
- הארץ (צייטונג) פרויפיילט חרדישע פרוי הויפט פון עדווערטייזונג דעפארטמענט אין יתד נאמן וואס שפיגלט לויט זיי אפ די פארשריט אדער טויש פונעם היינטיגן אלגעמיינע ליטווישע פרוי וואס איז פיל מער מאדערן ווי זייערע מאמעס. (הארץ)
- חב"ד מחלוקת: הרב ברוד ערקלערט אז ר' שלום דוב וואלפא איז א פראוואקאטירער פונקט ווי אבישי רביב. (שטורם)
- ירשולים: חרדישער דירות פראיעקט אין דערנעבענדיגער זידלונג גבעת זאב ווערט געבאלקט דורך פרייע שטאטראט מיט דער טענה אז דאס וועט טוישן פארב פון שטאט. (לאקאל)