דיעטע
דיעטע איז די פראקטיצירונג וואס דער מענטש עסט בלויז רעגולירטע געוויסע מעניו פון עסן צוליב א געוויסע סיבה, געווענליך איז עס פעשע מענטשען וואס היטען זיך אויס פון עסן פעטע עסן כדי אפצופאלן וואג, אבער עס טרעפט זיך אויך ביי קראנקע מענטשען וואס מעגן נישט עסן א געוויסע סארט עסן, אדער פארקערט זיי מעגן נאר עסן געוויסע סארט עסן, הייסט דאס אז זיי זענען אויף א דיעטע.
דיעטעס איז א טייל פון אמעריקאנער קולטור און צו יעדער צייט זענען א גרויסע פראצענט פון לאנד אויף א דיעטע. עס זענען פאראן דיעטע פראגראמען פון אלע סארטן און טייל פון זיי זענען געווארן גרויסע ביזנעסער וועלכע ווערן נאכגעפאלגט דורך מיליאנען מענטשן. באקאנט זענען די פאלגענדע דיעטע פראגראמען: עטקינס דיעטע, קרויט זופ דיעטע, גרייפפרוכט דיעטע, האליוואוד מירעקל דיעטע, רייז דיעטע, סקארסדעל דיעטע, סאוט ביטש דיעטע, און זאנע דיעטע.
קערפער געניטשאפט
רעדאַקטירןדער קערפער איז דער בעסטער מאשין פון דער וועלט וועלכע קען טראכטן, פלאנירן, און טאן וואס טויזנטער מאשינען און קאמפיוטערס וואלטן געדארפט טאן. נאך א וואונדער וועלכע ווייניג ווייסן איז דער פאקט אז דער קערפער נוצט גאר ווייניג ענערגיע צו טאן זיין ארבעט. אפילו ווען דער קערפער טוט שווערע ארבעט וועט זי נוצן גאר ווייניג ענערגיע רעלאטיוו צו וואס עס קען פראדוצירן. ווען א מענטש זיצט און טוט גארנישט וועט זיין קערפער פארברענען א קארגע 12 קאלאריעס פער פונט יעדן טאג (א פונט איז 0.45 ק"ג). דאס מיינט אז פאר א דורכשניטליכער מענטש וואס וועגט 150 פונט (68 ק"ג) וועט זיין קערפער דארפן 1,800 קאלאריעס פער טאג צו זיצן און אפערירן פון זיך אליינס אן דעם וואס דער מענטש זאל טאן עפעס באזונדער.
דאס איז גאר ווייניג ענערגיע אויב מען טראכט וואס עס דארף אלץ אפערירן אינעווייניג. די הארץ דארף קלאפן, די לונגן אריינציען און ארויסבלאזן לופט, דער מוח דארף קאנטראלירן און טראכטן, און דער קערפער דארף זיין ווארים צו אלע צייט.
ווען מען שטעלט זיך אויף פון בענקל און מען גייט נוצט מען שוין מער ענערגיע אבער נאך אלץ וואונדערליך ווייניג פון וואס מען וואלט זיך פארגעשטעלט. א מענטש וואס לויפט נוצט ארום 100 קאלאריס פער מייל (א מייל איז 1.7 מעטער) וואס מיינט אז ער נוצט עפעס מער ווי 10 פראצענט וואס זיין קערפער דארף צו זיצן שטיל צו קענען לויפן א מייל.
צו פארשטיין דעם קאנצעפט לאמיר באטראכטן אן אויטא. אין דורכשניטליך וועט אן אויטא ארייננעמען צווישן 15 און 30 גאלאנען גאזאלין. יעדע גאלאן גאזאלין פארמאגט אזוי פיל ענערגיע ווי 31,000 קאלאריס אינעם מענטש'נס קערפער וואס מיינט אז א אויב א מענטש זאל ווען קענען טרונקן גאזאלין אנשטאט עסן ברויט און פלייש וואלט ער נאר געברויכט איין גאלאן גאזאלין צו לויפן 300 מייל. אויב זאל דער מענטש נוצן א ביציקל אנשטאט לויפן צופיס וועט ער קענען אנציען איבער טויזענט מייל מיט די איין גאלאן גאזאלין.
קאלאריס איז א פארעם פון ענערגיע וועלכע ווערט גערעכנט גענוי ווי אלע אנדערע ענערגיע מיטלן אין דער וועלט. איין קאלאריע באשטייט פון דער סך הכל ענערגיע וואס נעמט צו הייצן איין גראם וואסער צו איין גראד. א שטיקל קעזקוכן פארמאגט גענוג ענערגיע צו מאכן א 60 וואטס לאמפ ברענען פאר אנדערהאלבער שעה. עטליכע פונט גרינצייג וואלט געווען גענוג צו הייצן א גלעזל הייס וואסער עס זאל קאכן, און 5 סענדווישטעס מיט פלייש דערין וואלט גענוג געווען צו פירן אן אויטא פאר איין מייל.
אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז דער קערפער דארף פיל ווייניגער עסן ווי מיר טראכטן צו קענען טאן זיין טאג טעגליכע ארבעט וועלכע מעג זיך נישט אפשטעלן פאר איין מינוט. וואס פאסירט מיט די איבעריגע עסן?
קאלאריס קומען אריין
רעדאַקטירןווי געזאגט דארפן מיר נישט מער ווי 1,800 קאלאריס צו קנען דורכמאכן דעם טאג זיצנדיג אויף א בענקל. אין די היינטיגע וועלט איז פאראן א געוואלד עסן און איז זייער פעט מיט גאר אסאך קאלאריס. פון א פשוט'ע פרישטאג פון עטליכע רעפטלעך ברויט, אביסל טונא פיש, א פארציע גרינצייג, און א גלעזל מילך איז שוין איבער גענוג דורכצומאכן דעם מעת לעת אן קיין שטרויכלונגען. א דורכשניטליכער מענטש וואס טוט נישט עפעס ספעציעלע שווערע ארבעט דארף קענען לעבן אויף א 2,000 קאלאריע דייעט און ווען איר ליינט אינפארמאציע אויף עסן וועט איר שטענדיג זען אז דאס איז אויסגערעכנט אויף די פראצענטן לויט די דורכשניטליכער דייעט פון 2,000 קאלאריס.
א בייגל פארמאגט 160 קאלאריס, א גלעזל ביר 140, א קענדי 7, איין ?סלייס טשיז?, 70, א טשאקלאד טשיפ קיכל 80, א באנאנע 85, א פאטעטא (קארטאפל) 220, א גלעזל מילך 120, און א גלעזל קאלא סאדע פארמאגט 100 קאלאריס.
מען שאצט אז אין די אמעריקאנער פרעס וועלט נעמט א מענטש אריין צווישן 3,000 און 5,000 קאלאריס אן קיין פראבלעם און אן דעם וואס ער זאל האבן געווען ביי א פארטי וואו ער עסט געווענליך נאך מער. אט דאס איז דער פראבלעם ווייל ווי מיר זעען נעמען מיר אריין באלד דאפלט פון וואס מיר דארפן טאקע האבן.
דער קערפער רעאגירט באלד צו אלע עסן וואס קומען אריין און ארבעט אויס די קאלאריס צו ענערגיע און אלע איבעריגע גייט ארויס פון קערפער. אבער נישט אלע איבעריגע עסן גייט ארויס און מיט דעם איז דער מענטש גארנישט אנדערש ווי די בהמה. דער קערפער וועט נעמען איבעריגע עסן און דאס מאכן צו פעטנס און דאס אוועקלייגן אין קערפער פאר א רעגנדיגע טאג ווען עס וועט נישט האבן גענוג עסן זאל עס קענען נעמען ענערגיע פן דארט.
יעדע קערפער ארבעט אנדערש און נישט יעדע קערפער וועט אלעס ארויסווארפן און דאס וועט זיך צעביסלעך אנהייבן אנזאמלן און צולייגן עקסטערע פונט פן ?פעטנס?. עס נעמט אינגאנצן 3,500 עקסטערע קאלאריס צו באשאפן א פונט פעטנס. אויב א מענטש זאל עסן 2,000 עקסטערע קאלאריס יעדן טאג און זיין קערפער זאל ארויסשיקן 90 פראצענט דערפון וועט נאר נעמען 175 טעג ער זאל וועגן מיט איין פונט מער וואס מיינט אז ער וועט צונעמען צוויי פונט פער יאר. מענטשן וואס ליידן פון פעשקייט האבן נישט אזא גוטע פארדייאונג סיסטעם און זייער קערפער וועט אנזאמלן פיל מער פעטנס און דאס וועט זיך אנזאמלן פיל שנעלער, טיילמאל עטליכע פונט פער מאנאט.
א דיעטע
רעדאַקטירןפאר יעדע עקסטערע פונט פון וועלכע מען וויל פטור ווערן דארף מען פארברענען 3,500 קאלאריס און עס זענען פאראן צוויי וועגן וויאזוי דאס צו דעגרייכן. די ערשטע וועג איז דורך שאפן א דעפיציט פון קאלאריס וואס קומען אריין יעדן טאג און אזוי וועט דער קערפער אפנעמען דאס איבעריגע פון איר פעטנס רעזערוו אדער קען מען טאן איבונגן וואס וועט העלפן פארברענען עקסטערע קאלאריס און צעביסלעך וועט מען פטור ווערן פון די איבעריגע פלייש.
אלס א ביישפיל וועלן מיר נעמען א מענטש וואס פארמאגט עקסטערע פונט און מיר וועלן אויסשטעלן עטליכע וועגן וויאזוי ער קען פטור ווערן פון זיין פעטנס:
1) ער קען זיך אריינלייגן אין בעט און לאזן אויסהונגערן און יעדן טאג וואס גייט פארביי וועט זיין קערפער ארויסנעמען ווייניגסטענס 1,800 קאלאריס צו קענען אפערירן וואס מיינט אז דער מענטש וועט פארלירן א פונט יעדע צוויי טעג.
2) דער מענטש וועט נאר עסן 1,500 קאלאריס פער טאג וואס מיינט אז ער וועט שאפן א דעפיציט פון 300 קאלאריס יעדען טאג. עס וועט אים נעמען 12 טעג פטור צו ווערן פון א פונט פעטנס. טאקע לענגער אבער ער וועט נישט ממש הונגערן.
3) ער קען עסן נאר וויפיל ער דארף (1,800 קאלאריס) און מאכן איבונגן יעדן טאג צו פארברענען אביסל עקסטערע קאלאריס. לאמיר זאגן ער וועט לויפן 2 מייל פר טאג וועט ער פארברענען 200 קאלאריס וואס מיינט ער וועט קענען פארלירן א פונט יעדע 18 טעג.
4) אדער קען ער טאן אביסל פון ביידע. ער וועט עסן 200 קאלאריס ווייניגער און לויפן 2 מייל פער טאג און צוזאמען פארברענען און מאכן פארלירן 400 קאלאריס פער טאג וואס וועט אים העלפן פטור ווערן פון א פונט פעטנס אין עפעס מער ווי א וואך.
אט דאס איז א דייעט און עס קען נישט זיין אנדערש. א מענטש וואס איז איבערוואגיג מיינט אז ער טראגט א סורפלוס פון קאלאריס מיט זיך און ער ברויך פטור ווערן דערפון אדער דורך שאפן א דעפיציט אדער ארבעטן צו פארברענען אביסל יעדן טאג. אלע דייעט פראגראמען טוען גענוי דאס און די קונץ איז וועלכע דייעט פראגראם וועט דאס ווייניגסטע פייניגן דעם מענטש.
דער פראבלעם מיט א דיעטע
רעדאַקטירןא דייעט איז נישט קיין ענדגילטיגער לעזונג צו דעם פראבלעם. אויב א מענטש ליידט אז זיין קערפער לייגט אוועק צופיל פונט וועט א דייעט נאר ברענגן א צייטווייליגער דעפיציט פון קאלאריס וואס וועט אים מאכן פארלירן פונט איבער א געוויסע צייט אפשניט. אבער די מינוט ער וועט איבערלאזן דעם פראגראם און וועט אנהייבן עסן ווי בעפאר וועט זיין קערפער ווייטער שאפן דעם זעלבן פראבלעם. קומט אויס אז אויב אזא סארט מענטש וויל בלייבן אין פארעם וועט ער דארפן בלייבן אויף דייעט זיין גאנצע לעבן און זיכער מאכן אז ער נעמט קיינמאל נישט אריין מער וויפיל קאלאריס ער ברויך האבן לויט זיין קערפער סייז.
רוב דייעט גייער נעמען אריין 50 עקסטערע קאלאריס פער טאג און נעמען צו 5 פונט פער יאר. ווען עס זאמעלט זיך אן גייט מען אויף א דייעט און מען פארלירט 10-20 פונט ביז 2 מאנאטן. די מינוט מען ענדיגט די דייעט הייבט זיך אן די זעלבע פרשה און מען הייבט ווידער אן צונעמען פונט און ווען עס זאמעלט זיך ווידער אן גייט מען ווידער אויף דייעט.
כמעט קיינער קען זיך נישט צוגעוואוינען צו א דייעט לעבן ווייל מען פייניגט זיך פשוטו כמשמעו. עסן וואלגערט זיך אויף די גאסן און וואו מען גייט און שטייט שמעקן די נארהאפטיגע עסן אריין אין די חושים נערוון און דער דייעט גייער קען עס נישט דורכטראגן. פארגעסט נישט אז דער פעשער מענטש גלוסט נאכמער פאר עסן ווי אנדערע און עס איז ממש נישט צום אויסהאלטן. מען קען נישט גיין אויף דייעט א גאנצן לעבן ווייל מען קען זיך נישט צוריק האלטן פון עסן עטליכע קיכלעך יעצט ארויס פון אויוון. יעדע קיכל איז ווייניגסטענס 50 קאלאריס.
א דייעט איז א נאטורליכער וועג פון פארלירן פונט און עס איז נישט פאראן א צווייטע וועג. א דייעט מיינט איינצוימען די קאלאריס וואס מען נעמט אריין און אפילו מיט די בעסטע דייעט וועט דער מענטש בלייבן הונגעריג.
עס זענען פאראן היינט א רייע אנדערע וועג וויאזוי פטור צו ווערן פןו איבעריגע פעטנס אבער קיין איינע פן זיי זענען נישט נאטירליך און האבן אלע קאסקעווענצן.