פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 נאָװעמבער 21
אידן און אידישקייט
- דער חרדישער שריפטשטעלער און ליטווישער בעלי תשובה ספאוסקמאן; ר' יונתן ראזענבלום בשרייבט זיין איבערלעבעניש, ווי חסידים מייסטענס בעלזא חסידים באטייליגען זיך אין די מאסן אין א דעיל קאנארגי סעמינאר. [1]
- יערליכער פארברענגן פון חבד שלוחים אין 770 ווערט איבערגעריסן, ווען ר' אברהם שם טוב קומט אן, פון געשלעגן צווישן די שלוחים פון איבער די גארער וועלט מיט די לאקאלע משיחיסטען וואס קאנטראלירן דעם שול מיט כוח. איין שליח פון וויעטנאם צובראכן פוס; יחי שילד אראפגעפליקט; 2 הויפט משיחיסטען אונטער ארעסט; סידורים און ספרי קודש אייער, ליידיגער וואדקע פלעשער, פייער עקסטינגווישער, בענק און די לעקטער גענוצט אלס געווער. פאליציי רייניגט אויס פלאץ און געבט צוריק איבער די קאנטראל פאר קריינסקי (אנטי משיחיסט) - בילדער - [2] - [3]
- בית שמש: מענער פון איין זייט, און פרויען פון די אנדערע זייט, און צניעות פירונג אויפן גאס. [4]
- פאפולערע פילם בויראט, פון אידישער קאמידיען וואס שפילט אלס אנטיסעמיט, רעדט גאר היברו אנשטאט די שפראך וואס די גוים אין די געפאקטע טעאטערס דורכאויס אמעריקע ווארפן זיך פאר געלעכטער מיינענדיג ער רעדט די שפראך פון קאזאכאסטאן. [5]
- פאנאוויטש ישיבה: איין בחור ארעסטירט, אויפן חשד אלס פאראנטווארטליך פארן אויפרייס גראנעיד געווארפן ביי שיעור פון נייעם ראש ישיבה. [6]
- סאטמאר: אין לעצטע מינוט, סאטמאר רבי - ר' אהרן טייטלבוים - באשליסט צו אפרייזן קיין ארץ ישראל צו חתונה פון א שוועסטער-קינד, וועט פארקומען די וואך דאנערשטאג תולדות אין בני ברק. אומבאשטעטיגטע קלאנגען צורקולירן איבער א מעגליכע שלום דורכברוך מיט בעלזא. [7] [8]
- דער איד איז מוחה קעגן ר' אברהם לייטנער און זיינע תלמידים פארן זיך טרעפן מיטן איראן פרעזידענט. [9]
- קרית יואל: שילד קעגן חסידים וואס גלעכענט זיי צו צו אל קאיעדע פארן שטיצען דעמאקראטישער פארטיי קאנגרעסמאן קומט ענדליך אראפ. [10]
- ליטווישע רבנים און ראשי ישיבות אין אסיפה מעורר צו זיין זייער עולם אויף צניעות פון זייערע פרויען. [11]
- הגאון ר' אליעזר יודא וואלדענבערג, נפטר געווארן. [12]
- טשערנאבלער רבי אין שמועס מיט הרב דאמב שליט"א. - בילד. [13]
- ר' מתתיהו סאלאמאן טרעט אויף ביי די אוי.יו.. [14]
- ר' מלכיאל קאטלער באזוכט מאנטריאל פאר חינוך עצמאי דינער. [15]
- עמפייער טשיקען פירט איין שטרענגע תקנות צו פארבעסערן זייער כשרות סטאנדארט. [16]
- ניו יארק: פאליציי ווארענט זיך נישט פארנארן פון טעראריסטען פרויען וואס מאכן זיך שוואנגערן, דערווייל באהאלטן זיי באמבע אונטערן קלייד. [17]
- לעיקוואד: פאליציי פארשט לעצטע רויבערייען אין שולע און אין הויז. [18]
- ירושלים: געטראפן לעכער אין די זיכערהייט וואנט וואס אראבער האבן זיך דורכגעשווערצט פון די שטחים. [19]
- חרדישער בלאג וואס איז נייעס מאכט אן אנטיסמיטישער דיסקוסיע אויף פאליציי שמועס גרופע וועב סייט, אנטקעגן די חברה הצלה. [20]