משולם זושא פון האניפאלי
רבי משולם זוסיא זצ"ל (ה'תס"ה - ב' שבט ה'תק"ס), פון אניפאלי, באקאנט אלס דער רבי ר' זושא.
געבורט |
1719 טארנע, פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט |
---|---|
טויט |
1800 (אלט 81 בערך) אַנעפּאָליע, Q11825691, רוסלענדישע אימפעריע |
מדינה | פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט, רוסלענדישע אימפעריע |
פאך | רב |
אונטערשריפט | |
אפשטאם
רעדאַקטירןדער רבי ר' זושא איז געבוירן (אומגעפעהר) אין יאר ה'תס"ה,[1] צו זיין פאטער הרב אליעזר ליפמאן. און צו זיין מוטער מרת מירל.[2] רבי אליעזר ליפמאן איז געווען א רייכער מענטש ער האט פארמאגט אן ארענדע נעבן טיטשין, גאליציע, (אכט קילאמעטער פון דער שטאט ריישא), דער רבי ר' זושא האט געזאגט אויף זיין פאטער ער איז געווען א "מרא דחושבנא".[2] אויף זיין מוטער האט דער רבי ר' זושא געזאגט, אז זי האט מיטאמאל נישט געקענט דאווענען פון א סידור, נאר ברכות זאגן האט זי געקענט. דערצו האט ער געזאגט אז אויף דעם ארט וואו זי האט געזאגט ברכות יעדן אינדערפרי, האט גערוט די שכינה הקדושה.
זיי האבן געהאט זיבן קינדער פון דעם איז באקאנט:
- דער רבי ר' זושא
- דער רבי ר' אלימלך
- הרב נתן ער איז געווען רב אין סטיטשין
- הרב אברהם פון קעניגסבערג
- די שוויגער פון הרב פסח לאנגזאם דער פאטער פונעם בני יששכר
אויף די עלטערע יארן האבן זיי זיך געצויגן קיין טיטשין און ליגן דארט אויפן בית החיים. אויף דער מצבה איז ארויפגעקריצט:
פ"נ איש תם וישר האלוף התורני מו"ה ר' אליעזר ליפמאן ב"ר משה זצ"ל נפטר י"א אדר
וואנדערונגען
רעדאַקטירןדי צוויי הייליגע ברידער דער רבי ר' זושא מיט דער רבי ר' אלימלך האבן זיך ארויסגעלאזט אפרעכטן גלות. זיי זענען געגאנגען פון שטאט צו שטאט, ביז גאר ווייטע ערטער.
אין זיין יוגנט האט דער רבי ר' זושא געוואוינט אין פארשידענע פלעצער צווישן זיי אין אוסטראה, נאכהער האט ער זיך באזעצט אין האניפאלי.
הסתלקות
רעדאַקטירןדער רבי ר' זושא האט געלעבט לאנגע יארן, אומגעפעהר פינף און ניינציג יאר, אויפן ספר שו"ת מאיר נתיבים (געדריקט אין יאר ה'תקנ"א) איז דא אן הסכמה פונעם רבי ר' זושא, ווערט ער שוין דארט באטיטלט "הישיש".
די לעצטע זיבן יאר פאר דער רבי ר' זושא איז נפטר געווארן, איז ער געלעגן אין בעט מיט שטארקע יסורים, ער האט אויף זיך אונטערגענומען צו ליידן יסורים לכפרת ישראל.
רבי מאט'עלע טשערנאבילער פלעגט זאגן, אז דער רבי ר' זושא איז געווען, דער אמת'ער צדיק הדור, ער האט אויף זיך געטראגן דעם יאך פונעם גאנצן כלל ישראל.
דער רבי ר' זושא איז נפטר געווארן ב' שבט ה'תק"ס, און ער ליגט אין אניפאלי נעבן זיין רבי'ן, דער רבי ר' בער פון מעזריטש, און נעבן זיין גיטרייען גוטן פריינד הרב יהודה ליב הכהן, דער פארפאסער פון ספר אור הגנוז.
אויף זיין מצבה איז געווען אויסגעקריצט:
פ"נ קדוש ה, אדמו"ר הרב החסיד המפורסם רשכבה"ג עובד ה מאהבה והשמח ביסורים ורבים השיב מעון כ"ש מו"ה רבי משולם זיסל ברא"ל זלה"ה שנת תק"ס ב' שבט
פאמיליע
רעדאַקטירןדער רבי ר' זושא'ס קינדער, פון זיין ערשטער פרוי:
- הרב צבי מנחם (אווערבאך), רבי הערש מענדל, געווען רב אין האניפאלי.
פון זיין צווייטע פרוי מרת הענדל:
- הרב ישראל אברהם רב אין טשארנא-אוסטראה (טשערנאסטראה), געבוירן ה'תקל"ב. רבי ישראל אברהם האט געהייראט מרת ציזיא חנה די טאכטער פון הרב זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה. ער איז נפטר געווארן כ"א טבת ה'תקע"ד.
- די פרוי פון הרב מנחם נחום פון האניפאלי, תלמיד מובהק פון זיין שווער דער רבי ר' זושא.
זיינע דברי תורה
רעדאַקטירןדברי תורה פון רבי ר' זושא איז צושפרייט אין פארשידענע ספרים, ספעציעל:
- מנורת זהב (ווארשע תרס"ד צוזאמען גענומען דברי תורה פון רבי ר' זושא)
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ לויטן "שבת בשבתו נומער 775 בשם "שרפי קודש", אין יאר ה'תפ"ד
- ↑ a b הסכמה פון אייניקל חיים דוב מזל אויף דעם ספר מנורת זהב