מנחם מענדל פון וויטעבסק

רבי מנחם מענדל פֿון װיטעבסק (ה'ת"ץ - א' אייר ה'תקמ"ח) איז געווען פֿונעם ערשטן דור מנהיגים פון חסידים. באקאנט ווי רבי מענדעלע וויטעבסקער.

אָפּשטאַם רעדאַקטירן

רבי מענדעלע איז געבוירן געװאָרן אין יאָר ה'ת"ץ אין וויטעבסק, רײַסן (דעמאָלסט אין פּוילן, הײַנט אין בעלארוס), צו זײַן פֿאָטער הרב משה, אין צו זײַן מוטער מרת ליבא.

רבנות רעדאַקטירן

ער איז געװען אײנער פֿון די ערשטע גדולים אין דער געשיכטע פֿון דער חסידישער באַװעגונג. אַ חשובער תּלמיד פֿונעם מעזריטשער מגיד, האָט ער געשפּילט אַ בכבודיקע ראָלע אין פֿאַרשפּרײטן חסידות אין רײַסן (װײַסרוסלאַנד) און ליטע. נאָך דער פּטירה פֿונעם מעזריטשער מגיד איז ער געװאָרן דער מנהיג פֿון חסידים אין יענע מקומות. זײַן ייִנגערער מיטצײַטלער און דער קומענדיקער גרינדער פֿונעם חב"ד-חסידות, רבי שניאור זלמן ליאַדער, האָט אים דאַן געהאַלטן פֿאַר זײַן רבי'ן.

עליה רעדאַקטירן

אין חודש אדר ה'תקל"ז האט רבי מענדעלע באשלאסן ארויף צוגיין קיין ארץ ישראל, און זיך געלאזט אין וועג אריין אין אײנעם מיט רבי אברהם פון קאליסק און רבי ישראל פאָלאָצקער און נאך דרײַ הונדערט חסידים, און אין חודש אלול זענען זיי אנגעקומען קײן ארץ ישראל. אין אנפאנג, האָט ער זיך באַזעצט אין פקיעין, דערנאך אין צפת. אין יאר ה'תקנ"ג, נאך רדיפות פון די טערקן, איז ער אַריבערגעפֿאָרן קײן טבריה.

הסתלקות רעדאַקטירן

אין חודש אב תקמ"ז איז רבי מענדעלע קראנק געווארן. רבי מענדעלע איז נפטר געווארן אין טבריה א' אייר ה'תקמ"ח, און ער ליגט אין דעם אלטן בית החיים פון טבריה, אין דעם חלקת תלמידי בעש"ט.

זײַנע ספֿרים רעדאַקטירן

  • פּרי הארץ
  • פּרי העץ
  • ליקוטי אמרים
תלמידים פון בעש"ט

אברהם פאדלוסקער · אברהם פון מעזשביזש · אברהם אבא פון דוביסאר · אברהם אבא פון לובלין · אברהם אבא פון קריבוש · אברהם גרשון פון קיטוב · אברהם שמשון פון ראשקאוו · אהרן פון מעזשביזש · אהרן משרת · אהרן הגדול פון קארלין · אהרן פון קיטוב · אליהו פון סאקאלובקי · אליעזר פון טאמאשפאלי · אלכסנדר סופר · אריה לייב פון שפאלע · בנימין פון זאלאשיץ · ברוך פון מעזשביזש · ברוך פון קאמינקא · גרשון פון פאווליץ · דוב בער פון זאסלאוו · דוב בער פון מעזריטש · דוד פון חאלאדאווקע · דוד פון ליניץ · דוד פון מיקאלייאוו · דוד פון קאלאמייע · דוד פון שאריגראד · דוד היילפרין פון אוסטראה · דוד לייקעס  · דוד מגיד פון טולטשין · דוד פירקוס · זאב פון אליק · זאב וואלף קיצעס · זעליג פון לאטושוב · חיים פון קראסנא · חיים מגיד פון ליניץ · יהודה ליב פון פולנאה · יואל פון פראטהור · יואל פון נעמיראוו · יודל פון טשודנוב · יונה פון אוסטראה · יונה פון פולוצק · יונה פון קאמינקא · יוסף פון דראהאביטש · יוסף פון זורניץ · יוסף פון קאמינקא · יוסף אשכנזי · יוסף יואל פון סטעפאן · יוסף יוזפא פון אוסטראה · יוסף משה פון מעזשביזש · יוסף מלמד פון חמעלניק · יוסף ספראוועדליווער פון פיסטין · יחיאל מיכל פון האראדנע · יחיאל מיכל פון זלאטשאוו · יעקב פון האניפאלי · יעקב פון מעזשביזש · יעקב יוסף פון אוסטראה · יעקב יוסף פון פולנאה · יעקב קאפל חסיד · יצחק פון דראהאביטש · יצחק פון מעזריטש · יצחק דוב מרגליות פון יאזלאוויץ · ישכר בער פון ליובאוויטש · ישכר פון קישינאוו · ישעיהו פון יאנאוו · ישראל חריף פון סאטינאוו · לייב שרה'ס · לייב קעסלער · ליפא פון חמעלניק · מאיר (הגדול) פון פרעמישלאן · מאיר מרגליות פון אוסטראה · מנחם מענדל פון באר · מנחם מענדל פון דוביסאר · מנחם מענדל פון וויטעבסק · מנחם מענדל פון פרעמישלאן · מנחם מענדל פון קאלאמייע · מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל · מרדכי פון זאסלאוו · משה פון קיטוב · משה פון שאטנאווע · משה פון שדה חדש · משה קעדס · משה שהם פון דאלינא · משה חיים אפרים פון סדילקאוו · נחמן פון האראדענקע · נחמן פון קאסאוו · נטע פון אוורוטש · ניסן כ"ץ פון דווארט · פאלק פון טיטשלניק · פנחס שפירא פון קאריץ · צבי חסיד פון זלאטשאוו · צבי סופר · צבי הערש, זון פונעם בעל שם טוב · צבי הערש פון אוסטראה · צבי הערש פון קאמינקא · שמואל פון קאמינקא · שבתי פון ראשקאוו ·

רעפערענצן רעדאַקטירן