רבי פנחס הלוי הורוויץ (ה'תצ"א - ד' תמוז ה'תקס"ה), רב אין פראנקפורט. באקאנט אלס "דער בעל הפלאה".

פנחס הורוויץ
געבורט 1731
טשארטקאוו, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1805 (אלט 74 בערך)
פראנקפורט, הייליגע רוימישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
פנחס הורוויץ
געבורט 1731
טשארטקאוו, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1805 (אלט 74 בערך)
פראנקפורט, הייליגע רוימישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
זיינע רביס ווילנער גאון רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
תלמידים משה סופר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי פנחס איז געבוירן אין יאר ה'תפ"ו, צו זיין פאטער הרב צבי הירש הלוי הורוויץ, פון טשארטקאוו א זון פון הרב מאיר הלוי הורוויץ, פון טיקטין, א זון פון הרב יהושע הארוך (דער לאנגער), א זון פון הרב פנחס הלוי הורוויץ, א שוואגער פונעם רמ"א.

זיין פאטער רבי צבי הירש איז געווען פון די גדולי הדור אין זיין צייט, דער נודע ביהודא שרייבט אין א תשובה,[1] מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף זיין תשובה, נאר אויב די דריי עמודי עולם וועלען צושטימן מיט אים, און רעכענט אויס רבי צבי הירש פון די דריי.

זיינע רבי'ס

רעדאַקטירן

רבי פנחס פארציילט אין זיין הקדמה אויף זיין ספר שבת אחים איבער זיינע רבי'ס: פון אנפאנג האט ער געלערנט ביי זיין פאטער, וועלכער האט אים געעפענט זיינע אויערן צו הערן לערנען, ביז ווען ער האט חתונה געהאט. נאך זיין חתונה האט ער געלערנט ביי זיין עלטערן ברודער רבי נחום אומגעפער איין יאר, ביז זיין ברודער איז אויף גענומען געווארן אלס רב. נאכהער האט ער זיך אנגעקניפט אין זיין ברודער רבי שמעלקא מיט א וואנדערליכן ליבשאפט, וואו דער ליבשאפט פון דוד מיט יהונתן, און צוזאמען געלערנט ש"ס און פוסקים עטליכע יאר מיט א גרויס פלייסיקייט, שפעטער איבער פארשידענע אומשטענדן האבן זיי זיך צוטיילט.

רבי פנחס איז געפארן צוזאמן מיט זיין ברודער ר' שמעלקא, צום מעזריטשער מגיד אויף א שבת, זיך איבער צו צייגן דעם ווירקליכקייט פון די חסידים. נאך שבת זענען זיי דארט פארבליבן, און זענען געווארן פון די גרויסע תלמידים פון מגיד.

רבי פנחס איז ערשטנס געווען רב אין וויטקאוו נאכהער איז ער געווארן רב אין לעחוויץ, רבי פנחס פארציילט אין זיין הקדמה אויף זיין ספר הפלאה: “דארט האט ער פארגעלערנט יעדען טאג שיעורים אין ש"ס און פוסקים מיט א געוואלדיגן טיפקייט, אין זיינע תלמידים זענען שטארק געשטיגן”.

נאכדעם וואס רבי פנחס איז אוועק פון לעכאוויץ, איז ער אויפגענומען געווארן אין יאר ה'תקל"ב אלס רב אין פראנקפורט, דארט האט ער ווייטער געפירט זיין ישיבה און ארויס געשטעלט תלמידים גדולי הדור זעקס און דרייסיג יאר.

איינער פון זיינע באקאנטסטע תלמידים איז געווען דער חתם סופר.

רבי פנחס איז נפטר געווארן מאנטאג ד' תמוז ה'תקס"ה, און ער ליגט אין פראנקפורט.

רבי פנחס האט געהייראט מרת רחל דבורה ( נפ׳ שמיני עצרת ה'תקנ"ב), א טאכטער פון הרב יואל היילפרין. זייערע קינדער:

  • הרב צבי יהושע הלוי הורוויץ, ממלא מקום פון פאטער. פארפאסער פון ספר לחמי תודה.
  • הרב מאיר יעקב הלוי הורוויץ, ער איז אוועק אין עלטער פון זעקס אום צוואנציג יאר.
  • די ווייב פון הרב אברהם חיים פון זלאטשאוו, פארפאסער פון ספר אורח לחיים.
  • מרת מרים די ווייב פון איר שוועסטער-קינד הרב צבי יהושע הלוי הורוויץ, רב אין טרעביטש, דער פארפאסער פון ספר סמיכת משה.
  • מרת מלכה.

זיינע ספרים

רעדאַקטירן
  • ספר הפלאה - כתובות
  • ספר המקנה - קידושין
  • פנים יפות - עה"ת
  • נתיבות לשבת - אה"ע
  • גבעת פנחס - שו"ת
  • הגדה של פסח
  • ספר הפלאה אויף ש"ס

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. מ"ק אבה"ע ס' כ"ט