שלמה לוצקער
הרב שלמה פלאם באוואוסט אלס הרב שלמה לוצקער, הרב שלמה סקאהלער אדער דער לוצקער מגיד (נפטר י' שבט ה'תקע"ג, 11 יאנואר 1813), איז געווען דער תלמיד און רעכטער האנט פון דעם רבי'ן ר' בער פון מעזריטש. אנדערע האלטן אז ער איז געווען משפחה מיטן רבי'ן ר' בער. ער איז אויך געווען דער רבי פון הרב משה לייב פון סאסאוו. דער חוזה פון לובלין האט אים געגעבן א הסכמה אויף זיין ספר.
קבורה ארט | סקאָהל |
---|---|
טויט |
11 יאנואר 1813 סקאָהל, עסטרייכער אימפעריע |
הרב שלמה איז געווען רב אין לוצק, קארעץ, און בסוף ימיו אין סקאהל.
דער לוצקער מגיד איז געווען דער רבי פון הרב שר שלום רוקח פון בעלז, אין סקאהל. עס ווערט דערציילט, אז צוליב דאס התנגדות הרב שר שלום'ס שווער צו חסידות, האט הרב שר שלום געדארפן אראפגיין דורכן פענסטער מיט זיין ווייב'ס הילף, און אזוי האט ער דערגרייכט דעם בית מדרש פון הרב שלמה לוצקער, וואו ער האט זיך באהאלטן און געלערנט חסידות אינמיטן נאכט.
דער לוצקער מגיד האט איבערגעלאזט צו רב שר שלום זיין קיטל, וואס זיין רבי דער מגיד פון מעזריטש פלעג אנטון צום סדר. הרב שר שלום האט איבערגעלאזט דעם קיטל צו זיינע זין. דער קיטל איז געבליבן ביי די בעלזער רבי'ס, פון טאטן צו זון, און זיי האבן אים אנגעטון צום סדר, ביז עס איז פארלוירן אינעם צווייטן וועלט קריג.