יעקב שמשון שעפעטיווקער
רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער (נפ' ג' סיון ה'תקס"א) איז געווען א רוסישער רב, א גרויסער למדן, וואס האט פארשפרייט חסידות צווישן די למדנים. ער איז געווען א תלמיד פון רבי יעקב יוסף פון פאלאנע (דער "תולדות"), דער מעזריטשער מגיד און רבי פינחס קאריצער. אין זיינע לעצטע יארן האט ער געפירט א רעביסטעווע אין טבריה.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןרבי יעקב שמשון איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרב יצחק, רב פון שעפעטיווקע. ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי חיים יעקב סג"ל חריף, רב פון שעפעטיווקע. ער האט געפירט די וויכוחים מיט די מתנגדים וועגן חסידות, און פאר דעם צוועק האט ער געטראפן דעם פראגער רב, הרב יחזקאל לאנדא, מחבר פון "נודע ביהודה".
אין יאר תק"ן איז ער אנגעקומען צום ערשטן מאל אין ארץ ישראל. אין יאר תקנ"ד איז ער אנגעקומען צום צווייטן מאל און האט זיך באזעצט אין טבריה, וואו ער האט אויפגעשטעלט דעם וואהלינער כולל. אין תקנ"ט איז ער געפארן אין צפון אפריקע לטובת דעם יישוב אין ארץ ישראל.
ווען ער האט זיך געצויגן אין ארץ ישראל האט זיין איידעם רבי יהודה מאיר שפירא איבערגענומען דאס רבנות אין שעפעטיווקע.
ער איז נפטר געווארן אין טבריה ג' סיוון תקס"א.
משפחה
רעדאַקטירןרבי יעקב שמשון און זיין ווייב האבן געהאט איין זון און דריי טעכטער:
- רבי יהושע העשיל, איידעם ביי רבי אפרים (אן אייניקל פונעם חכם צבי; אוועק יונגערהייט.
- מרים, ווייב פון רבי יהודה מאיר שפירא, זון פון רבי פינחס קאריצער
- די ווייב פון רבי אפרים וואהל (נפ' ז' סיון תקצ"ד), אב"ד פון סודילקאוו
- די ווייב פון רבי ישראל יהודה לייב, זון פון רבי חיים פון קראסנע.