רבי אלימלך פון ליזשענסק זצ"ל (ה'תע"ז - כ"א אדר ה'תקמ"ז), פארפאסער פון ספר נועם אלימלך, באקאנט מיטן נאמען דער הייליגער רבי ר' מיילעך.

אלימלך פון ליזשענסק
געבורט 1717
פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1787 (אלט 70 בערך)
ליזשענסק, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ציון פון ר' אלימלך פֿון ליזשענסק זי"ע, וואו יידן פון אלע עקן פון די וועלט פארן נאך היינט צוטאג אוסצופועלן ישועות

דער הייליגער רבי ר' מיילעך איז געבוירן אין יאר ה'תע"ז, צו זיין פאטער הרב אליעזר ליפמאן. און צו זיין מוטער מרת מירל.

[1]רבי אליעזר ליפמאן איז געווען א רייכער מענטש ער האט פארמאגט אן ארענדע נעבן טיטשין, גאליציע, (אכט קילאמעטער פון דער שטאט ריישא), דער רבי ר' זושא האט געזאגט אויף זיין פאטער ער איז געווען א "מרא דחושבנא".

[2]אויף זיין מוטער האט דער רבי ר' זושא געזאגט, אז זי האט מיטאמאל נישט געקענט דאווענען פון א סידור, נאר ברכה זאגן האט זי געקענט. דערצו האט ער געזאגט אז אויף דעם ארט וואו זי האט געזאגט ברכה יעדן אינדערפרי, האט גערוט די שכינה הקדושה.

זיי האבן געהאט זיבן קינדער פון דעם איז באקאנט:

  • דער רבי ר' זושא
  • דער רבי ר' אלימלך
  • הרב נתן ער איז געווען רב אין סטיטשין
  • הרב אברהם פון קעניגסבערג
  • די שוויגער פון הרב פסח לאנגזאם דער פאטער פונעם בני יששכר

אויף די עלטערע יארן האבן זיי זיך געצויגן קיין טיטשין און ליגן דארט אויפן בית החיים. אויף דער מצבה איז ארויפגעקריצט:

פ"נ איש תם וישר האלוף התורני מו"ה ר' אליעזר ליפמאן ב"ר משה זצ"ל נפטר י"א אדר

זיין געשיכטע

רעדאַקטירן

דער הייליגער רבי ר' מיילעך האט געלערנט אין טיקטין צוזאמען מיט דעם רבין רבי שמעלקא פון ניקאלשבורג, נאכהער איז ער אריבער צו אים קיין שינאווא, ווען רבי שמעלקא איז געוורן רב אין ניקאלשבורג איז דער הייליגער רבי ר' מיילעך מיט געפארן אים ארויס העלפען מיט זיינע קעגנערס.

נאכדעם וואס זיין ברודער דער רבי ר' זושא איז צוגעצויגן געווארן צו חסידות, האט ער ביייאיינפלוסט זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' מיילעך, און זענען צוזאמען געפארן צום מעזריטשער מגיד, און געווארן פון זיינע גרויסע תלמידים. דארט איז ער באקאנט געווארן מיט די הייליגע חבריא, ספעציעל מיט דעם בערדוטשעווער רב.

אין יאר ה'תקל"ג נאך די פטירה פון מעזריטשער מגיד איז דער הייליגער רבי ר' מיילעך געווארן דער אנפירער פון די חסידים אין גאליציע, מערסטנסטייל פון זיין רבין'ס תלמידים זענען געקומן צו אים.

זיינע תלמידים

רעדאַקטירן

דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע, האט געהאט פיר גרויסע תלמידים, וואס אויף זיי האבן צדיקים געזאגט דעם פסוק, ומשם יפרד והי' לארבעה ראשים, וואס פאר זיי האט ער צוטיילט פון זיינע גרויסע כוחות, די לעכטיגע אויגן פאר'ן חוזה מלובלין, די קדושת המוח פאר רבי מענדעלע פון רימאנאוו, די קדושת הלב פאר'ן קאזשניצער מגיד, און די הייליגע מויל פאר'ן אפטער רב. דער אפטער רב איז געווען יונגער פון די דריי, לאחר פטירתם, איז ער געווארען מנהיג הדור. מען זאגט א מימרא, אין אבות אלא שלשה, קאזשניץ, רימאנאוו, לובלין—ווייל אפטא איז א אנדערע בחינה. ווען דער חוזה איז נפטר געווארן, האבן זיך די תלמידים צוזאמען גענומען אין דער שטאט קאמארנא, דער עטרת צבי און ראפשיצער רב ...., שפעטער האט דער אפטער רב איבער געפרעגט פון ראפשיצער רב וויאזוי איז געווען די אסיפה, האט דער ראפשיצער רב געזאגט, אז דער עטרת צבי האט געדאווענט מנחה פארן עמוד, און זייט רבי ר' אלימלך האט מען נישט געהערט אזא מנחה.

זיין גרויסקייט

רעדאַקטירן

דער בעל חסד לאברהם א זיידע פון חיד"א, איז געקומען אין חלום צום רבין אלימלך און געפרעגט: בערך בזה"ל: איך האב געמאכט 10 ספרים, וואס מ'פלאגט זיך צדיקים בעוה"ז, און צדיקים בגן עדן זיי צופארשטיין, און דא פלוצלונג ווערט ער געוואר, אז ווען רבי ר' אלימלך זאגט יהא שמיה רבה, קערט זיך איבער די גן עדן מיט אלע עולמות עליונים, און עס קומט אראפ השפעות אויף די וועלט, און אויף אלע קומענדיגע דורות, לויט די רצון פון רבי ר' אלימלך, האט ער געפרעגט: במה כוחך גדול, פון וואס נעמט זיך דיין גרויסן כח.

ער האט געשריבן זיינע תורות אינעם ספר נועם אלימלך.

 
דער קבֿר פֿונעם רבי ר׳ מיילעכ׳ס טאָכטער אסתר עטל אלבוים אויפֿן אַלטן ייִדישן בית־עולם אין פריסטיק אין פּוילן אין 2013

דער הייליגער רבי ר' מיילעך איז נפטר געווארן כ"א אדר ה'תקמ"ז און ער ליגט אין ליזשענסק, צו זיין ציון קומען יידן פון אלע עקן פון די וועלט נאך היינט צוטאג אוסצופועלן ישועות.

דער הייליגער רבי ר' מיילעך האט געהייראט אין שינאווא מרת שפרינצא א טאכטער פון הרב אהרן רוקח א ברודער פון הרב אלעזר רוקח רב אין אמסטערדאם. פון זייערע קינדער:

  • הרב אלעזר ווייסבלום, ממלא מקום פון פאטער אין ליזשענסק.
  • הרב אליעזר ליפא (ליפמאן) ווייסבלום פון חמעלניק.
  • מרת מירל (מיריש), די ווייב פון הרב אליהו פון שדה לבן.

בזיווג שני האט דער הייליגער רבי ר' מיילעך געהייראט מרת גיטל א טאכטער פון הרב יעקב מרגליות.

זיינע ספרים און פארפאסונגן

רעדאַקטירן
  • נועם אלימלך
  • לקוטי שושנה
  • צעטיל קטן
  • תפלה קודם התפלה

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. הסכמה פון הרב חיים דוב מזל אויף דעם ספר מנורת זהב פון רבין רבי זושא
  2. הסכמה הנ"ל
תלמידים פון מעזריטשער מגיד

אברהם המלאך · אברהם פון קאליסק · אברהם חיים פון זלאטשאוו · אהרן הגדול פון קארלין · אלימלך פון ליזשענסק · ברוך מעזשביזשער · ברוך פון קאסאוו · גדליהו ראבינאוויטש פון ליניץ · זאב וואלף פון זשיטאמיר · זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה · חיים פון אמדורא · חיים טירער פון טשערנאוויץ · יהודה לייב פון פולנאה · יחיאל מיכל פון זלאטשאוו · יעקב יוסף פון אוסטראה · יעקב שמשון שעפעטיווקער · יצחק אייזיק פון קאריץ · לוי יצחק פון בארדיטשוב · מנחם מענדל פון וויטעבסק · מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאבל · משה פון פשעווארסק · משה חיים אפרים פון סדילקאוו · משולם זושא פון האניפאלי · משולם פייוויש העלער · עוזיאל מייזליש · פנחס הורוויץ · צבי הערש פון נאדווארנא · שלמה גאטליב · שלמה לוצקער · שמואל שמעלקא הורוויץ פון ניקלשבורג · שמעון שלמה פון סאוואראן · שניאור זלמן פון לאדי