שמואל שמעלקא הורוויץ (ניקאלשבורג)
רבי שמואל שמעלקא הלוי הורוויץ (ה'תפ"ו - א' אייר ה'תקל"ח), רב אין ניקאלשבורג. ער איז באקאנט אלס "דער רבי ר' שמעלקא".
געבורט |
1726 טשארטקאוו, אוקראינע |
---|---|
טויט |
1778 (אלט 52 בערך) ניקאלשבורג, טשעכיי |
זיינע רביס | דוב בער פון מעזריטש |
תלמידים | מרדכי בנעט |
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי שמעלקא איז געבוירן אין יאר ה'תפ"ו, צו זיין פאטער הרב צבי הירש הלוי הורוויץ, פון טשארטקאוו א זון פון הרב מאיר הלוי הורוויץ, פון טיקטין, א זון פון הרב יהושע הארוך (דער לאנגער), א זון פון הרב פנחס הלוי הורוויץ, א שוואגער פון רמ"א.
רבנות
רעדאַקטירןרבי שמעלקא איז געווען א תלמיד פון ווילנער גאון צוזאמען מיט זיין ברודער רבי פנחס הורוויץ דער פארפאסער פון ספר הפלאה, ווען מען האט פארלאנגט פון זיי זיי זאלן אונטערשרייבן דעם חרם אויף די חסידים, האט רבי אברהם קאליסקער ביי זיי געפויעלט, זיי זאלן אריין פארן קיין מעזריטש זיך אליין איבערצייגן די ווירקליכקייט פון די חסידים. די ברידער זענען איינגעשטאנן שבת ביים מגיד פון מעזריטש, נאך שבת האט רבי שמעלקא געזאגט פאר זיין ברודער, ער פארט נישט מער צוריק, און איז געווארן פון די גרויסע תלמידים פון מגיד.
רבי שמעלקא איז געווען רב אין ריטשעוואל און אין שינאווא, אין יאר ה'תקל"ג איז ער געווארן רב אין ניקאלשבורג, ער האט דארט אוועק געשטעלט א ישיבה, און דארט אויף געשטלט אסאך תלמידים באקאנטע גאונים און צדיקים.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי שמעלקא איז נפטר געווארן אין עלטער פון צוויי און פופציג יאר א' אייר ה'תקל"ח.
תלמידים
רעדאַקטירןזיינע תלמידים זענען געווען גרויסע רבנים ביי כלל ישראל, ווי ר' משה לייב סאסאווער.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי שמעלקא האט איבערגעלאזט איין זון און א טאכטער:
- הרב צבי יהושע הלוי הורוויץ, באקאנט אלס רבי הערשעלע חריף, רב אין טרעביטש, פראסטיץ און טארנא, דער פארפאסער פון ספר סמיכת משה. ער האט געהייראט מרת מרים א טאכטער פון זיין פעטער הרב פנחס הלוי הורוויץ
- די ווייב פון הרב יעקב, רב אין קאטילבורג
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- דברי שמואל
- נזיר השם