צבי אלימלך שפירא

דער הייליגער בני יששכר

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל (ה'תקמ"ג - י"ח טבת ה'תר"א), רב אין דינאוו, דער בני יששכר.

צבי אלימלך שפירא
געבורט 1783
פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 11 יאנואר 1841 (אלט 58 בערך)
דינאוו, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט דינאוו רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם בני יששכר, רב אין דינאוו. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט צבי אלימלך שפירא (באדייטן).

רבי הערש מיילעך איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב פסח לאנגזאם, פון יאווארניק, אן אייניקל, פון רבי שמשון אסטראפאלער, און צו זיין מוטער[1] א ניכטע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי פסח איז געווען א מלמד פון קינדער און געהאנדלט מיט ספירט, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער.

עס ווערט דערציילט אז דער צדיק רבי אלימלך האט געזאגט פאר דער מוטער פון בני יששכר אז ווען איר קינד וועט געבוירן ווערן זאל זי אים רופן מיט נאמען אלימלך אזוי ווי ער הייסט, די מוטער האט אבער געהאט מורא אז דאס מיינט אז רבי אלימלך וועט נישט לעבן און דעריבער הייסט ער געבן נאך אים א נאמען דעריבער ווען ער איז געבוירן האט זי אים גערופען "צבי אלימלך", ווען זי איז שפעטער געקומען און דאס פארציילט פאר רבי אלימלך האט ער געזאגט: "א הירש איז נישט קיין מלך" דעריבער וועט ער זיין א האלבער אלימלך.

רבי הערש מיילעך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט, ער האט איטליכע פאָר יאר געטוישט זיין ארט. ווען ער האט זיך דערוואוסט ס'איז פריי געווארן א רבנות האט ער קאנדאדירט פאר דעם רבנות. ווען ער איז אויפגענומען געווארן, האט ער אריין געשטעלט דיינים, פארראכטען וואס ס'האט אויסגעפעלט, און ווייטער געזוכט א פריש רבנות. אין יאר ה'תקנ"ט אין עלטער פון זעכצן יאר, איז ער שוין געווען דיין אין דינאוו, אין בית דין פון רבי יהושע רב אין דינאוו. אין יאר ה'תק"ע איז ער שוין געווען אין ריבאטוטש, דאן איז ער געווען אין סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דובעצק, אין יאר ה'תקפ"ה איז ער געווארן רב אין מונקאטש . נאכהער איז ער געווען צוריק אין דינאוו אלס רב.

רבי הערש מיילעך איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א, אין עלטער פון זיבן און פופציג יאר.

רבי הערש מיילעך האט יונגערהייט געהייראט מרת חנה מינדל א טאכטער פון הרב שמואל פון טשיטש, זייערע קינדער:

  • הרב משולם זושא שפירא (ה'תק"ס (אומגעפער) - ה'תק"ץ (אומגעפער)).
    • הרב ישעיה דוד שפירא ( - ה'תרס"ו (אומגעפער)).
    • מרת רבקה רחל, די ווייב פון רבי משה אליעזר געללער (ה'תרי"ג (אומגעפער) - כ"ב חשוון ה'תרמ"ד).
  • מרת ביילא, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב נחמיה, א זון פון הרב צבי, בזיווג שני די ווייב פון הרב שמעון ישעיה רייך, רב אין ריבאטוטש.
    • הרב יוסף בנימין רייך, רב אין העליטש.
  • מרת רבקה, די ווייב פון הרב יעקב אורי בזיווג ראשון, רב אין טארקע.

זיינע ספרים

רעדאַקטירן

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. א.ל.ג. ברענגט אז זי האט געהייסן איטה בת עלקא, אבער פון די ווערטער פון בלאזשאווער רב ווייזט אויס אז זי האט געהייסן רחל מינא
  2. מנשה אונגאר, ‏ספר קדושים, עמ' 69, ביי HebrewBooks