אהרן פון קארלין
רבי אהרן (דער גרויסער) פון קארלין זצ"ל (ה'תצ"ו - י"ט ניסן ה'תקל"ב) איז געווען דער מייסד פון דעם חסידישן הויף אין קארלין, ליטא (היינט בעלארוס).
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי אהרן איז געבוירן אין יאר ה'תצ"ו צו זיין פאטער רבי יעקב מפינסק און זיין מאמע פערל.
זיין געשיכטע
רעדאַקטירןרבי אהרן איז געווען א תלמיד מובהק פונעם מגיד רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי אהרן איז געווען דער ערשטער צו פארשפרייטן חסידות אין ליטא, און האט דארט אויפגעשטעלט א חסידישן הויף. דער מגיד האט געזאגט אז ווען רבי אהרן זאגט ערב שבת נאכמיטאג שיר השירים מיט זיין ספעציעלן ניגון, ווערט א טומל אויבן אין הימל, די מלאכים הערן אויף צוזאגן שירה, און נעמען זיך צוזאמען אויסצוהערן ווי רבי אהרן זינגט זיין ניגון. [פֿעלט אַ מקור]
רבי אהרן איז שטארק באוואוסט צוליב זיין ניגון "יה אכסוף" פון די שבת'דיגע זמירות וואס ער האט פארפאסט, און ווערט היינט געזינגען אומעטום.
טייל פון זיינע תורות זענען געדרוקט אין ברכת אהרן און דברי אהרן.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי אהרן איז נפטר געווארן י"ט ניסן (חול המועד פסח), ה'תקל"ב, אין בלויזן עלטער פון זעקס און דרייסיג יאר, זיין תלמיד רבי שלמה גאטליב איז געווארן זיין ממלא מקום.
פאמיליע
רעדאַקטירןפון זיינע קינדער:
- הרב אשר פון סטאלין ( - כ' תשרי ה'תקפ"ז). ער איז אלט געווען צוועלף יאר ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן.
- מרת שרה די ווייב פון הרב מרדכי טווערסקי (ה'תק"ל - כ' אייר ה'תקצ"ז), מגיד פון טשערנאביל.
רעפרענצען
רעדאַקטירן