אברהם יוסף שפירא
אברהם יוסף ״מוניע״ שפירא (כ"ב אדר א' ה'תרפ"א, 2טן מערץ 1921, - כ"ג סיון ה'תש"ס, 26סטן יוני 2000) איז געווען א כנסת דעפוטאט פאר אגודת ישראל און יהדות התורה און א ביזנעסמאן.
געבורט |
2 מערץ 1921 כ"ב אדר א' ה'תרפ"א רומעניע | ||||
---|---|---|---|---|---|
טויט |
26 יוני 2000 (אלט 79) כ"ג סיון ה'תש"ס ישראל | ||||
מדינה | ישראל | ||||
קבורה ארט | הר המנוחות | ||||
באשעפטיגונג | פאליטיקער, סוחר | ||||
פארטיי | אגודת ישראל | ||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
משפחה
רעדאַקטירןאין דער עלטער פון 21 יאר האט שפירא חתונה געהאט מיט טובה שרייבער-סופר, די טאכטער פון הרב אברהם שמואל בנימין סופר, דער "חשב סופר", אן אייניקל פון דער חתם סופר דינאסטיע. זיינע קינדער זענען:
- הרב פנחס (ראָזי) שפירא, איידעם פון רבי אברהם יעקב פרידמאן, סאדיגורער רבי, און דינט אלס רב פון דעם סאדיגורער בית המדרש אין תל אביב.
- הנגיד יצחק שפירא אין לאָנדאָן
- אלימלך שרגא שפירא
- שמואל בנימין שפירא אין ווין.
- די ווייב פון יהושע אליעזר ברוקער
- די ווייב פון שלמה אברהם אײנהארן.