טשעבינער ישיבה
די טשעבינער ישיבה (אפיציעל: כוכב מיעקב) איז אן אלגעמיינע חסידישע ישיבה ירושלים וואו הונדערטער בחורים לערנען, וואס האלט זיך שוין מער ווי פופציק יאר.
היסטאריע
רעדאַקטירןדער טשעבינער רב, הרב דוב בעריש וויידנפעלד האט אויפגעשטעלט די ישיבה אין תשט"ז ווי א נאכפאלג פון דער ישיבה וואס ער האט געפירט אין טשעבין, גאליציע. ער האט זי געגעבן דעם נאמען "כוכב מיעקב" נאך זיין פאטער, הרב יעקב וויידנפעלד, מחבר פונעם ספר "כוכב מיעקב", אב"ד הרימלאוו און א הוסיאטינער חסיד. ארגינעל איז די ישיבה געווען אין חרל"פ גאס אין שערי חסד, שפעטער איז זי אריינגעצויגן אין א נייער געביידע אין חנה גאס, לעבן שיכון חב"ד.
צוזאמען מיטן רב האט געדינט אלץ ראש ישיבה זיין איידעם, הרב ברוך שמעון שניאורסאן, וואס איז פריער געווען ראש ישיבה פון תומכי תמימים אין לוד. נאך רב וויידנפעלדס פטירה איז הרב שניאורסאן געווארן זיין ממלא מקום. דער משגיח איז געווען רבי מרדכי רימער.
נאך דער פטירה פון הרב שניאורסאן, כ"ה סיון תשס"א, האט מען באשטימט זיין עלטערן זון הרב יוסף משה שניאורסאן ראש ישיבה. זיין יונגערער זון, הרב נחום שניאורסאן, איז דער נשיא פון דער ישיבה. נאך א ראש ישיבה איז געווען הרב אברהם גענאכאווסקי, א תלמיד פונעם חזון איש, ביז זיין פטירה אין תשע"ג.
דער היינטיקער ראש ישיבה איז הרב נפתלי נוסבוים (וואס דינט אויך אלס ראש ישיבה אין ישיבת חיי משה).
די משגיחים זענען: הרב בנימין רימער (יונגערער איידעם פון הרב יוסף שלום אלישיב), הרב יעקב שמש און הרב שמואל דוד שניאורסאן.
די ישיבה האט געצויגן בארימטע תלמידי חכמים וואס קומען לערנען דארט און זאגן א שיעור אדער זענען א משיב פאר די תלמידים פון דער ישיבה. צווישן זיי זענען רבי נתן לובארט, רבי נתן קופערשטאק און רבי זונדל קרויזער.
תלמידים פון דער טשעבינער ישיבה
רעדאַקטירן- רבי יצחק מנחם וויינבערג, טאלנער רבי
- רבי צבי ראבינאוויטש, ביאלער רבי אין רמת אהרן
- רבי מרדכי לייפער, פיטסבורגער רבי
- רבי יעקב מנחם ראבינאוויטש , ביאלער רבי אין בני ברק
- כנסת דעפוטאט יעקב ליצמאן
- הרב יעקב טעסלער, עסקן אין אגודת ישראל
- הרב חיים דוד קאוואלסקי, גרינדער פון "מאורות הדף היומי"
- הרב מרדכי גענוט, מחבר פונעם "דבר בעתו" לוח