יולי עדלשטיין
יולי יואל עדלשטיין (אוקראיניש: Юліан Юрійович Едельштейн ; געבוירן 5טן אויגוסט 1958; י"ט אב תשי"ח) איז א ישראלישער פאליטיקער, א כנסת דעפוטאט פון דער ליכוד פארטיי. ער איז פריער געווען דער געזונטהייט מיניסטער. צווישן די יארן 2013–2020 האט ער געדינט ווי דער 16טער פארזיצער פון דער כנסת. ער איז אויך געווען מיניסטער פאר אימיגראציע און אינטעגראציע און מיניסטער פאר דער יידישער פארשפרייטונג.
געבורט |
5 אויגוסט 1958 (אלט 66) טשערנאוויץ, סאוועטן פארבאנד | ||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
מדינה | ישראל | ||||||||
תאריך עלייה | 1987 | ||||||||
באשעפטיגונג | פאליטיקער | ||||||||
פארטיי | ישראל בעלייה, ליכוד | ||||||||
www | |||||||||
| |||||||||
| |||||||||
| |||||||||
| |||||||||
| |||||||||
איידער איז ער ארויף קיין ישראל איז ער געווען אן אסיר ציון אינעם סאוועטן פארבאנד.
ער איז א לערער פון שפראכן.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןער איז געבוירן געווארן צו זיין מוטער אניטא (ראזנצווייג) און פאטער יורי עדלשטיין.
עדעלשטיין האָט חתונה געהאַט מיט טאַטיאַנאַ (טאַניאַ) אין סאוועטן פארבאנד אין 1981. נאכן אימיגרירן קײן ישראל האבן זײ געהאט א זון. צווישן די יאָרן 1987-2008 האָבן זיי געוואוינט אין אלון שבות אין גוש עציון. אין 2008 איז די משפּחה אריבערגעצויגן קיין נווה דניאל אין גוש עציון. אום 24סטן יאנואר 2014, איז זיין פרוי טאַטיאַנאַ נפטר געווארן פון ראַק מחלה.
אין אקטאבער 2015 איז ער אריבערגעפארן צו וואוינען אין הרצליה פיתוח מיט זיין שותפה אירינה נבזלין, טאכטער פון לעאָניד נעבזלין, באַזיצער פון דער לאביינג פירמע "אימפּריוועט", פאָרזיצער פון דער הנהלה פון "בית התפוצות", פּרעזידענט פון דער נדב וויקיפּעדיע. אין יוני 2016, די צוויי האָבן חתונה געהאט.