יואל יעקב (יאנקי) טעסלער (געבוירן כ"ז סיון תשל"ג, 27סטן יוני 1973) איז א חרדישער פאליטיקער און כנסת דעפוטאט, וועלכער איז ערוויילט געוואָרן פאר דער אגודת ישראל פארטיי אין דער יהדות התורה פֿראַקציע. פֿריער האט ער געדינט אלס מיטגליד אין דעם אשדוד שטאָטראַט און געדינט אלס ראטגעבער פונעם וויצע געזונט-מיניסטער יעקב ליצמאן.

יעקב טעסלער
געבורט 26 יוני 1973 (אלט 51)
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל
באשעפטיגונג פאליטיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי אגודת ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
כנסת דעפוטאט
30 אפריל 20196 אפריל 2021
(2 יאָרן)
8 אפריל 202113 יוני 2021
(67 טעג)
3 יוני 2022 – אמטירט
(2 יאָרן)
כנסות 21–23, 24
אָנזיכטיגע אַמטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געוואָרן צו הרב אפרים טעסלער, וואס איז געווען דער ראש ישיבה פון דער וויזשניצער ישיבה אין הר נוף. און זיין ווייב חיה. אלס קינד האט ער געוואוינט אינעם סנהדריה קווארטאל פון ירושלים . ער האט געלערנט אין די וויזשניצער מוסדות און אין דער טשעבינער ישיבה. נאָך זיין חתונה, האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין אַשדוד .

ער האָט אָנגעהויבן זײן קאַריערע אין ציבור ארבעט ווי א מיטגליד פונעם רעליגיע־ראַט פאר אגודת ישראל, און גלײכצייטיק געראטן פראיעקטן פון דער "המודיע" צייטונג. אין 2009 איז ער ערוויילט געוואָרן צום אשדוד שטאטראט פאר אגודת ישראל, א פאזיציע וואס ער האט פארנומען ביז 2019. פון 2015 איז ער געווען דער געהילף פון דעם וויצע געזונט־מיניסטער, יעקב ליצמאן, אויך א מיטגליד פון אגודת ישראל.

אום 31סטן יאנואר 2019 האט דער צענטער פון אגודת ישראל באַשלאָסן אַז טעסלער זאל פֿארטרעטן דאס וויזשניצער חסידות אין דער יהדות התורה רשימה פארן כנסת, אנשטאט מנחם לייזער מאזעס.‏[1] מען האט אים געשטעלט אין פינפטן פלאץ אין דער יהדות התורה רשימה פֿאַר די 21סטן, 22סטן און 23סטן כנסת׳ס. די פראקציע האט באקומען 7-8 זיצן און ער איז אריין אין כנסת.

אין דער יהדות התורה רשימה צו די וואלן פארן 24סטן כנסת האט מען אים געשטעלט אין אכטן ארט, צוליב דעם וואס מ׳האט געפעדערט פארטרעטער פון בעלז און דגל התורה אין דער רשימה, און ער איז אריינגעקומען אין כנסת ערשט נאכן אקטיוויזירן דעם נארוועגישן געזעץ,‏[2], אָבער מיט דער גרינדונג פון דער 36סטער ישראל רעגירונג האט געענדיגט זיין קאדענץ.

דרויסנדיקע וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן