דוד צבי פנקס

ישראלישער פאליטיקער

דוד צבי פנקס (פינקאַס; 5טן דעצעמבער 1895 - 14טן אויגוסט 1952) איז געווען א ישראלדיקער פאליטיקער, איינער פון די אונטערשרייבער פון דער דעקלאראציע פון אומאפהענגיקייט און דער דריטער טראנספארט מיניסטער פון מדינת ישראל, פון 8טן אקטאבער 1951 ביז זיין פטירה. בערך צוויי חדשים פאר זיין טויט פון א הארץ אטאקע, איז ער געווען א קרבן פון א פראבירטן אטענטאט.

דוד צבי פנקס
געבורט 5 דעצעמבער 1895
שאפראן, אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 14 אויגוסט 1952 (אלט 56)
תל אביב-יפו, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל
תאריך עלייה 1925
קבורה ארט טרומפלדאר בית החיים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט ווינער אוניווערסיטעט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער, אדוואקאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי מזרחי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
3טער טראנספארט מיניסטער
8 אקטאבער 195114 אויגוסט 1952
(312 טעג)
כנסת דעפוטאט
14 פעברואר 195214 אויגוסט 1952
(183 טעג)
אירועים בתקופתו מועצת המדינה הזמנית, 1 - 2
1טער פארזיצער פון פינאנץ קאמיטעט
29 מערץ 19491 נאוועמבער 1950
(1 יאָר)
אנזיכטיקע אמטן
וויצע בירגערמייסטער פון תל אביב-יפו
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

אין אייראָפּע

רעדאַקטירן

פּינקאַס איז געבוירן געוואָרן י״ח כסלו ה'תרנ"ו אין שאפראן, אונגארן (דעמאלסט אַ טייל פֿון דער עסטרייך-אונגערישער אימעפעריע) צו יעקב יהודה פנקס, אַ קאָמערסאַנט, אייגנטומער פון אַ האטעל און רעסטאראַנען און אַ באַנקיר, אַ גרינדער פון די מזרחי אין עסטרייך און א מיטגליד אין דער ווינער קהילה־ראַט. מען האט אים א נאמען געגעבן נאָך דוד צבי ריגלער, דער פאטער פון זיין מוטער שרה. דוד צבי, באקאנט אין זיין משפּחה מיטן נאמען "דאלפֿי", איז געווען דער ערשטער זון פון זיינע עלטערן נאָך זעקס טעכטער אין אַ משפּחה פון זיבן טעכטער און פיר זין. אין דער עלטער פון אַכט יאָר, איז זיין משפּחה אריבערגעצויגן קיין ווין. ער האט באקומען א טראדיציאנעלע און אלגעמיינע חינוך, יידישקייט האט ער געלערנט ביי רבי ישעיהו פירסט אין ווין און אין דער פרעשבורגער ישיבה, און ער שטודירט געזעצן אין דעם ווינער אוניווערסיטעט.

ביים אויסברוך פון ערשטן וועלט קריג איז ער געווען אין דער עלטער פון פריזיוו, אָבער ער איז ניט ארײַנגעצויגן געוואָרן אין ארמיי ווי זײַנע אנדערע ברידער. אין יענער תקופה האָט ער שטודירט געזעצן. זיין פאטער האט ליקווידירט די רעסטאָראַנען געשעפטן און האט געקויפט אַ באַנק. פּינקאַס האָט נישט געענדיקט זיין דאָקטאָראַט אין געזעצן, ווײַל ער איז געצוואונגען אָפהאַקן זיינע שטודיעס כדי מיטטיילן אין ארבעט פאר דער באנק.

אין ארץ ישראל

רעדאַקטירן

אנהייב 1925 האָט די משפּחה אימיגרירט קיין ארץ ישראל מיט מערסטע קינדער און אייניקלעך. דאָ האָט מען באַשטימט פנקס דירעקטאָר פון דער מזרחי באַנק אין תל אביב, וואָס ער האָט טאַקע געפירט ביז ער איז דערוויילט געוואָרן פארזיצער פון דער באנק־ראַט אין 1949, א פאזיציע וואָס ער האָט געהאלטן ביז זיין פטירה. ער האָט אָנגעפירט מיט די מזרחי עקאָנאָמישע אינסטיטוציעס אין לאנד.

אין תרפ"ה, ער איז געווארן געוויילט פארזיצער פון דעם קאמיטעט פון דער גרויסער שול אין תל אביב. ער האט געדינט ווי דער ערשטער פארזיצער פון דער רעליגיע ראט, די תל אביבער קהילה־ראט. אין תרפ"ו האט ער געהייראט לאה פון ביאליסטאָק, שטיף־טאכטער פון הרב יעקב בערמאן, און שוועסטער, אויף דער מוטערס זייט, פון צוקונפטיגן כנסת ספיקער יצחק בערמאן. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט געהאַט צוויי קינדער: מרדכי און יהודית. אין 1932 האט מען אים געוויילט צום תל אביבער שטאטראט פאר דער מזרחי פארטיי און האט געפירט די שטאטישע בילדונג אָפּטיילונג במשך 18 יאר. אין די ערשטע יארן פון דער מדינה, איידער מען האט אים באשטימט טראנספארט מיניסטער, איז ער ווידער דערוויילט געוואָרן צום שטאטראט, און צווישן 1950 און 1951 האט ער געדינט ווי וויצע בירגערמייסטער.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: דוד צבי פנקס

רעפערענצן

רעדאַקטירן