וויזשניץ (הויף)
וויזשניץ אין בוקאווינא, אמאל אין רומעניע, היינט אין אוקראינע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארט האט געוואוינט רבי מענדיל האגער זצ"ל באקאנט אלץ "דער צמח צדיק", דער גרינדער פון דער וויזשניצער דינאסטיע, אן אפצווייג פון דער קאסאווער דינאסטיע.
וויזשניץ איז היינט איינע פון די גרעסטע חסידות'ן, מיט אומגעפער צען טויזנט משפחות צווישן די פארשידענע וויזשניצער הויפן, די גרעסטע און צענטראלע הויפטקווארטירט אין קרית וויזשניץ, בני ברק און ציילט אפ אומגעפער 3,500 משפחות. דער היינטיגער רבי איז רבי ישראל האגער, דער עלטערער זון פונעם פריערדיגן רבי׳ן רבי משה יהושע, דער ״ישועת משה״.
דערצו איז פאראן א הויף אונטער דעם נאמען "מרכז חסידי וויזשניץ" וואס געפינט זיך אויף עזרא גאס, אונטער דער פירערשאפט פון רבי מענדיל האגער. אנדערע אפצווייגן פון דער וויזשניצער חסידות זענען: וויזשניץ מאנסי, וואס רעכנט אומגעפער 2,000 משפחות, סערעט וויזשניץ און "שאץ וויזשניץ״ אין חיפה. אזוי אויך זענען פאראן נאך א פאר קליינע הויפן וואס שטאמען פון דעם וויזשניצער גזע אזוי ווי ווישאווא, אנטאניא, דזשיקאוו וויזשניץ, און קאסאוו וויזשניץ.
היסטאריע
רעדאַקטירןנאך דעם שרעקליכן חורבן אייראפע האט רבי חיים מאיר האגער, דער "אמרי חיים", פון מארמאראש ראמעניע איבערגעפלאנצט דאס חסידות אין ארץ ישראל. נאך זיין פטירה אין יאר ה'תשל"ב איז דאס חסידות צוטיילט געווארן צו צוויי הויפן לויט דער צוואה. זיין עלטסטער זון רבי משה יהושע האט איבערגענומען די רעביסטעווע און אויפגעשטעלט א חצר אין בני ברק, און זיין זון רבי מרדכי האגער האט אויפגעשטעלט זיין חצר אין מאנסי, ניו יארק.
בני ברק
רעדאַקטירןרבי משה יהושע האט געדינט אלס נשיא פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל. דער צענטער פונעם חסידות איז אין קרית וויזשניץ אין בני ברק, וואו מער ווי 2,300 משפחות וואוינען. דאס חסידות האט קאנצענטראציעס פון חסידים אין ירושלים, רחובות, אלעד, ביתר עילית, בית שמש, מודיעין עילית, אשדוד, חיפה, עפולה און צפת. אין חו"ל זענען פאראן וויזשניצער שטיבלעך אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע - בארא פארק, וויליאמסבורג און מאנסי, און אין אייראפע - אין אנטווערפן, לאנדאן און מאנטשעסטער. עס זענען אויך דא עטליכע משפחות פון וויזשניץ אין ציריך, וויען און מעלבארן.
פראקטיש האט זיך דאס חסידות צעשפאלטן אין די לעצטע יארן פון רבי משה יהושע צווישן זיינע צוויי זון. דער בכור רבי ישראל האט געפירט דאס חסידות בפועל צוליב זיין פאטערס קראנקייט. רבי מנחם מענדיל האט געדינט אלס אב"ד קריית וויזשניץ אין בני ברק, אבער למעשה האט ער געפירט אן אייגענעם הויף.
היינט איז רבי ישראל וויזשניצער רבי אין בני ברק, און רבי מענדיל פירט א הויף "מרכז חסידי וויזשניץ" אין בני ברק.
די איידעמער פונעם ״ישועת משה״ זענען: דער סקווערער רבי - הרב דוד טווערסקי, דער סאטמארער רבי - הרב אהרן טייטלבוים, דער בעלזער רבי - הרב ישכר דוב רוקח און רב מנחם ערנסטער, ראש ישיבה פון דער וויזשניצער ישיבה.
מאנסי
רעדאַקטירןרבי מרדכי האט זיין צענטער פונעם חסידות אין מאנסי, ניו יארק. זיינע חסידים האבן שטיבלעך אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע - בארא פארק, וויליאמסבורג און מאנסי, און אין אייראפע - אין אנטווערפן, לאנדאן און מאנטשעסטער. אין ארץ ישראל זענען דא פיליאלען פונעם מאנסי-וויזשניצער הויף אין ירושלים, בני ברק און בית שמש אין הויפט פון רבי ברוך שמשון האגער, זון פון רבי מרדכי פון וויזשניץ-מאנסי רבי און איידעם פון זיין שוועסטער-קינד דער וויזשניצער רבי פון בני ברק רבי ישראל.
דער אפיציעלער רב פון דער וויזשניצער קהילה איז געווען רבי משה יהושע האגער, ביז דעם טאג ער איז געקרוינט געווארן רבי. נאכדעם וואס ער איז געווארן רבי, האט מען ממנה געווען אלס רב זיין עלטערן זון רבי ישראל (דער היינטיגער רבי), און שפעטער אין ה'תש"ן זיין יונגערער זון רבי מענדיל. געציילטע יארן שפעטער ווען רבי ישראל איז צוריקגעקומען קיין וויזשניץ, למעשה פלעגט דינען אלס רב פון דער קריה דער דיין רבי משולם זושא לוריא ביז צו זיין פטירה אין ה'תשע"ז, און נאך אים האט באקומען די אויפגאבע רבי יעקב מאיר שטערן. אלס ראש בית דין פונעם וויזשניצער בית דין איז באשטימט רבי משה שאול קליין.
אין אנדערע שטעט אין ארץ ישראל דינען אלס רבנים פון דער וויזשניצער קהילה די פאלגנדע: הרב צבי הירש וויזשניצער אין אשדוד, הרב מנחם מענדל פקשר און הרב שרגא פייוול וויינבערגער אין אלעד, הרב מרדכי שלמה שטיינמעץ אין הר נוף ירושלים, הרב קלמן ווייס אין בית שמש, הרב שלמה איצקאוויטש אין ביתר עילית, הרב ברוך שטערנבוך אין מודיעין עילית, הרב חיים מאיר גרינבוים אין חיפה און הרב מענדל טובאק אין עפולה. אנדערע באדייטענע רבנים זענען הרב משה שטיין מו"צ אין דעם בית דין פון הרב וואזנער און הרב אברהם צבי הכהן מו"צ אין שיכון ה' געגנט אין בני ברק.
אפשטאם פון וויזשניץ
רעדאַקטירןרבי יעקב קאָפל חסיד ( - ט"ו אלול ה'תקמ"ז). בעל תפלה פונעם בעל שם טוב.
- רבי מנחם מענדיל האגער (ה'תקכ"ט - י"ז חשוון ה'תקפ"ו), רב אין קאסאוו, "דער אהבת שלום".
- רבי חיים האגער (ה'תקנ"ה - כ"ה אייר ה'תרי"ד) רב אין קאסאוו. "דער תורת חיים".
- רבי יעקב שמשון האגער (ה'תקע"ד - י"ט אדר ה'תר"ם), רב אין קאסאוו.
- רבי יוסף אלטער האגער (ה'תק"ף (אומגעפער) - ח' תמוז ה'תרל"ט), פון ראדעוויץ.
- רבי מנחם מענדיל האגער (כ"ד אייר ה'תק"ץ - כ"ט תשרי ה'תרמ"ה) דער ערשטער וויזשניצער רבי, "דער צמח צדיק".
- רבי חיים האגער (ה'תקנ"ה - כ"ה אייר ה'תרי"ד) רב אין קאסאוו. "דער תורת חיים".
דער וויזשניצער בוים
רעדאַקטירן- רבי מנחם מענדיל האגער (כ"ד אייר ה'תק"ץ - כ"ט תשרי ה'תרמ"ה), דער ערשטער וויזשניצער רבי, "דער צמח צדיק".
- רבי ברוך האגער (ה'תר"ה - כ' כסלו ה'תרנ"ג), דער צווייטער וויזשניצער רבי, "דער אמרי ברוך".
- רבי ישראל האגער (ב' אלול ה'תר"ך - ב' סיון ה'תרצ"ו), דער דריטער וויזשניצער רבי, "דער אהבת ישראל".
- רבי חיים האגער (כ"ג אייר ה'תרכ"ג - כ"ה כסלו
- רבי משה האגער (ה'תרכ"ג - ט' אייר ה'תרפ"ו), פון שאץ.
- רבי שמואל אברהם אבא האגער (ה'תרכ"ה - ל' שבט ה'תרנ"ה), פון האראדענקע.
- מרת חוה, די ווייב פון רבי שמואל דוב חאדאראוו.
- מרת רייזל, די ווייב פון רבי מרדכי חאדאראוו.
- רבי יעקב יצחק דוד האגער (ה'תרכ"ו (אומגעפער) - י"ג אדר ה'תרצ"ב), פון סטראזשניץ.
- רבי פינחס האגער (ה'תרכ"ז (אומגעפער) - י"ב אדר ה'תש"ב), פון בורשא.
- רבי שרגא פייוויש האגער (ה'תר"ל (אומגעפער) - י"ג טבת ה'תרצ"ז), פון זאלישטשיק.
- מרת שיינדיל די ווייב פון רבי שלום יוסף פרידמאן (י"ג טבת ה'תרל"ט - כ"ח שבט ה'תרצ"ו), פון טשערנאוויץ.
- רבי יחיאל מיכל האגער' (ה'תרל"ב (אומגעפער) - י"ג כסלו ה'תש"ב), פון האראדענקע.
- רבי שלום האגער
- רבי יעקב דוד האגער, פון וויזשניץ.
- מרת שרה, די ווייב פון רבי שמואל רוקח ( - ט"ז תשרי ה'תרע"ב), פון סקאהל, א זון פון רבי יהושע רוקח פון בעלזא.
- רבי ברוך האגער (ה'תר"ה - כ' כסלו ה'תרנ"ג), דער צווייטער וויזשניצער רבי, "דער אמרי ברוך".
רבי ישראל האגער - וויזשניצער צווייג
רעדאַקטירן- רבי ישראל האגער (ב' אלול ה'תר"ך - ב' סיון ה'תרצ"ו), דער דריטער וויזשניצער רבי, "דער אהבת ישראל".
- רבי מנחם מענדיל האגער (ה'תרמ"ה - י"ג טבת ה'תש"א), פון אויבער ווישעווע.
- רבי חיים מאיר האגער (ט"ו כסלו ה'תרמ"ח - ט' ניסן ה'תשל"ב), דער פערטער וויזשניצער רבי פון בני ברק, "דער אמרי חיים".
- רבי משה יהושע האגער (י"ג סיון ה'תרע"ו - כ' אדר תשע"ב), וויזשניצער רבי אין בני ברק.
- מרת חנה חיה טווערסקי, ווייב פון רבי דוד טווערסקי,סקווערער רבי.
- רבי ישראל האגער, ממלא מקום פון זיין פאטער, וויזשניצער רבי אין בני ברק.
- מרת שרה רוקח, ווייב פון רבי ישכר דוב רוקח, בעלזער רבי.
- מרת סאשע טייטלבוים, ווייב פון רבי אהרן טייטלבוים, סאטמארער רבי.
- מרת הינדא ערנסטער, ווייב רבי מנחם ערנסטער, דער וויזשניצער ראש ישיבה.
- רבי מנחם מענדיל האגער, וויזשניצער רבי פון "מרכז חסידי וויזשניץ" אין בני ברק
- רבי מרדכי האגער, וויזשניץ-מאנסי רבי.
- רבי פנחס שלום האגער (אלול תש"ח - י"ז סיון תשע"ה), רב פון קהל תורת חיים וויזשניץ אין בארא פארק.
- רבי יעקב יוסף, וויזשניצער רבי אין בארא פארק.
- רבי ישראל האגער (געבוירן ה' תמוז תשי"א), וויזשניצער רבי, ממלא מקום פון זיין פאטער אין מאנסי.
- רבי מנחם מענדל האגער, וויזשניצער רבי אין קייאמישע לייק, קעטסקילס.
- רבי יצחק יוחנן האגער, וויזשניצער רבי אין וויליאמסבורג.
- רבי אליעזר זאב האגער, וויזשניצער רבי אין ירושלים.
- רבי דוד האגער, וויזשניצער רבי אין לאנדאן.
- רבי אהרן האגער, וויזשניצער רבי אין מאנטרעאל.
- רבי ברוך שמשון האגער, וויזשניצער רבי אין בית שמש.
- רבי פנחס שלום האגער (אלול תש"ח - י"ז סיון תשע"ה), רב פון קהל תורת חיים וויזשניץ אין בארא פארק.
- מרת חנה מרים סימא (מאניא), בז"ר די ווייב פון רבי יהודה'לע הורוויץ פון דזשיקאוו. בז"ש די ווייב פון רבי יהושע גרינוואלד פון חוסט. בז"ש די ווייב פון רבי יצחק יעקב ווייס, גאב"ד ירושלים.
- מרת הינדא, די ווייב פון רבי נפתלי חיים אדלער.
- רבי ישראל אליעזר אדלער, רב פון די וויזשניצער חסידים אין רחובות און וויזשניץ-דזשיקאווער רבי[1]
- מרת שבע ברכה, ווייב פון רבי משה ערנסטער.
- רבי זאב (וועלוועל) ערנסטער, רב פון קרית "מאור חיים" אין ירושלים.
- רבי מנחם ערנסטער, ראש ישיבת 'בית ישראל ודמשק אליעזר' וויזשניץ.
- מרת ריקל גיטל, ווייב פון רבי ישראל אליעזר אדלער, דער דזשיקאוו-וויזשניצער רבי אין רחובות.
- רבי אליעזר ערנסטער, רב פון "קרית מאור חיים" צפת.
- מרת צפורה, די ווייב פון רבי ישראל שלום יוסף פרידמאן, אן אייניקל פון רבי משה יהודה לייב פרידמאן פון פאשקאן.
- רבי משה יהושע האגער (י"ג סיון ה'תרע"ו - כ' אדר תשע"ב), וויזשניצער רבי אין בני ברק.
- רבי אליעזר האגער (כ"ב שבט ה'תרנ"א - ב' אלול ה'תש"ו), פון וויזשניץ.
- רבי ברוך האגער (ה'תרנ"ה - ב' חשוון ה'תשכ"ד), פון סערעט.
- רבי יחיאל מיכל האגער (חלוץ).
- רבי אליעזר האגער, ממלא מקום פון פאטער, סערעטער רבי אין חיפה.
- מרת רחל, ווייב פון רבי נפתלי ראובן קארנרייך, דער קאסאוו-וויזשניצער רבי אין בית שמש
- רבי יעקב האגער, ממלא מקום פון פאטער, סערעטער רבי אין חיפה.
- מרת מרים, ווייב פון רבי אהרן טוביה שפיטץ, אב"ד סערט וויזשניץ בארא פארק.
- רבי משה האגער ראש ישיבה פון יחל ישראל אין חיפה.
- רבי מנחם דוד האגער, זון פון רבי משה, דינט אלס שאץ-וויזשניץ רבי אין חיפה זייט תשל"ב.
- מרת מרים, די ווייב פון רבי אליהו שטערנבוך, ראש בית דין פון מחזיקי הדת אין אנטווערפן.
- רבי שמואל אבא האגער (ה'תרנ"ו (אומגעפער) - י"ז חשוון ה'ת"ש), פון וויזשניץ
- מרת חיה, די ווייב פון רבי שלום רוקח, פון סקאהל.
- מרת חוה, די ווייב פון רבי אלטער יחזקאל הורוויץ, פון דזשיקאוו.
- מרת שרה, די ווייב פון רבי צבי חיים הורוויץ פון רימאנאוו.
- מרת דבורה די ווייב פון רבי אלטער מנחם מענדל האגער הי"ד (ד' כסלו ה'תרנ"ז - כ"ט אייר ה'תש"ד), פון בארשא.
- מרת שיינא רחל די ווייב פון רבי אברהם יהושע העשל פון זשינקאוו.
- מרת העניא, די ווייב פון רבי מרדכי שרגא פרידמאן (ה'תרנ"ד (אומגעפער) - ט"ז טבת ה'תש"ב), פון באיאן און טשערנאוויץ, א זון פון רבי מנחם נחום פרידמאן, פון באיאן און טשערנאוויץ
רבי חיים האגער - אנטאניא צווייג
רעדאַקטירן- רבי חיים האגער (כ"ג אייר ה'תרכ"ג - כ"ה כסלו ה'תרצ"ב), פון אנטאניא.
- רבי ישראל שלום יוסף האגער הי"ד ( - י"ט אייר ה'תש"ד), פון סטאניסלאוו.
- החתן ברוך הי"ד.
- רבי מנחם מענדיל האגער.
- די ווייב פון זיין ברודער רבי יחיאל מיכל האגער הי"ד ( - י"ג כסלו ה'תש"א), פון האראדענקא.
- די ווייב פון רבי ישראל פרידמאן (ט"ז כסלו ה'תרי"ח - כ"ט כסלו ה'תש"ט), פון הוסיאטין.
- מרת העניא, די ווייב פון רבי אהרן פרידמאן (ה'תר"ן - י"ג חשוון ה'תש"ב), פון באיאן און טשערנאוויץ.
- רבי ישראל שלום יוסף האגער הי"ד ( - י"ט אייר ה'תש"ד), פון סטאניסלאוו.
שטאמבוים
רעדאַקטירן
|
ספרים פונעם וויזשניצער הויף
רעדאַקטירן- "אהבת שלום"- פון רבי מנחם מענדיל פון קאסאוו
- "תורת חיים" - פון רבי חיים פון קאסאוו
- "צמח צדיק" - פון רבי מנחם מענדיל האגער, גרינדער פונעם וויזשניצער הויף
- "אמרי ברוך" - פון רבי ברוך האגער
- "אהבת ישראל" - פון רבי ישראל
- "טל חיים" - פון רבי חיים האגער פון אנטוניא
- "אמרי חיים" - פון רבי חיים מאיר.
- "שארית מנחם" - פון רבי מנחם מענדיל האגער פון ווישעווע
- "דמשק אליעזר" - פון רבי אליעזר האגער
- "מקור ברוך" - פון רבי ברוך האגער (סערעט) פון סערעט־וויזשניץ
- "דברי תורה" - פון רבי מרדכי האגער, וויזשניץ-מאנסי רבי.
זשורנאלן און בלעטער:
- בית ויז'ניץ - חודש זשורנאל פונעם חסידות (זייט תמוז תשנ"ב)
- צעירי ויז'ניץ - בלאט פון צעירי וויזשניץ ארגאנציזאציע (זייט תמוז תשנ"ב)
- מלכות ויז'ניץ - חודש זשורנאל פון רבי מענדיל האגער פון בני ברק (זייט תשס"ח)
- פונעם רבינ'ס הויף- וועכנטלעכער זשורנאל מיט מאמרים פונעם רבי'ן ווערנט דער וואך, און א באריכט פונעם רבינס טעטיקייטן.
רעפערענצן
רעדאַקטירן