רבי שמואל אברהם אבא האגער זצ"ל (ה'תרכ"ה - ל' שבט ה'תרנ"ה), פון האראדענקע.

שמואל אברהם אבא האגער
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי שמואל אברהם אבא איז געבוירן אין וויזשניץ אין יאר ה'תרכ"ה, צו זיין פאטער הרב ברוך האגער, פון וויזשניץ, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת צפורה א טאכטער פון הרב אריה ליב שפירא פון זשיטאמיר, א זון פון הרב שמואל אברהם אבא שפירא פון סלאוויטא אן אייניקל פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ.

אין יאר ה'תרנ"ג האט רבי שמואל אברהם אבא אנגעהויבן פירן רביסטעווע אין האראדענקע.

רבי שמואל אברהם אבא איז נפטר געווארן ל' שבט ה'תרנ"ה.

רבי שמואל אברהם אבא האט געהייראט מרת הינדא מאטיל, א טאכטער פון הרב משה מרדכי טווערסקי, פון מאקאראוו. זייערע קינדער:

  • מרת הענעלע, די ווייב פון הרב מנחם מענדיל דוד חאדאראוו פון קאלאמייע.

זיינע ספרים

רעדאַקטירן

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר