סערעט וויזשניץ (הויף)

רבישער הויף

סערעט וויזשניץ איז א חסידישער הויף, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רבי ברוך האגער, א זון פונעם דריטן וויזשניצער רבין, רבי ישראל האגער, וועלכער איז אויכעט באקאנט אלס "אהבת ישראל". דער הויף וואס הויפטקווארטירט אין רמת וויזשניץ, חיפה ציילט אפ לויט אפיציעלע אפשאצונגן אומגעפער 650 משפחות, און ווערט אנגעפירט דורך דעם היינטיגן רבין רבי יעקב האגער.

רבי אליעזר האגער,סערעט-וויזשניצער רבי
רבי יעקב האגער, היינטיגער רבי

רבי ברוך פלעגט דינען אלס רב און רבי אין דער שטאט סערעט, ראמעניע. נאך דער צווייטער וועלט קריג האט ער אויפגעשטעלט און באזירט זיין הויף אין ארץ ישראל, און אויפגעבויט דעם רמת וויזשניץ באצירק אין חיפה. אין חשון ה'תשכ"ד נאך דער פטירה פון רבי ברוך'ל, האט איבערגענומען דער פירערשאפט זיין עלטערער זון רבי אליעזר האגער וועלכער האט געדינט אלס רבי איבער פופציג יאר. אין אב ה'תשע"ה, נאכדעם וואס רבי אליעזר איז אוועק, האבן די חסידים באקרוינט רבי זיין איינציגן זון רבי יעקב האגער.

מוסדות און כאראקטערן פון דעם הויף

רעדאַקטירן

דער צענטער פון דעם סערעט וויזשניצער הויף געפינט זיך אין חיפה, דארט וואו וואוינען הונדערטער משפחות. דער הויפט בית מדרש פון אינדרויסן דערמאנט אין זיין צורה מיט א היפשע ענדליכקייט דעם בית מדרש אין ראמעניע. אויכעט געפינען זיך דארט די ישיבה גדולה "יחל ישראל", נעץ פון כוללים אונטער דעם נאמען "מבצר התורה", ישיבה קטנה, תלמוד תורה "תפארת משה", מיידל שולע און סעמינאר "אשת חיל". עס איז פאראן נאך בתי מדרשים פון דער חסידות אין בני ברק, אשדוד, אלעד און מודיעין עילית. אין פאראייניקטע שטאטן עס איז דא אויכעט בתי מדרשים פון דער חסידות. אין סערעט וויזשניץ לייגט מען באזונדער א דגש אויף שמירת הלשון און אהבת ישראל ( צו ליב האבן און רעספעקטירן יעדער איד). אין די שובבי"ם שבתים פירן זיך די חסידים און די אנהענגערס תענית דיבור ביז נאך מוסף. פרשת בא פירן זיי זיך תענית דיבור דורך דעם גאנצן שבת, אריינגערכנט פרויען מיט קינדער.