אליעזר האגער (סערעט)
רבי אליעזר האגער | ||
---|---|---|
סערעט-וויזשניצער רבי | ||
ביי דער בר-מצוה פון אן אייניקל | ||
געבורט | י"א תשרי ה'תרכ"ה גרויסווארדיין | |
פטירה | כ' תמוז ה'תשע"ה חיפה הארץ אטאקע | |
קבורה ארט | בני ברק | |
חסידות | סערעט וויזשניץ | |
פירערשאפט | ב' חשוון ה'תשכ"ה - כ' תמוז תשע"ה | |
הויף ארט | חיפה | |
נומער אין דינאסטיע | 2 | |
פאריגער | רבי ברוך האגער | |
נאכפאלגער | רבי יעקב האגער | |
פאטער | רבי ברוך האגער | |
מוטער | צירל הורוויץ | |
ווייב | חיה צירל ברוין | |
קינדער | רחל קארנרייך, מרים שפיטץ, יעקב האגער |
רבי אליעזר האגער (י"א תשרי ה'תרפ"ה, 8טן אקטאבער 1924 - כ' תמוז תשע"ה, 7טן יולי 2015), באקאנט אויך אלס ברכת אליעזר און חכמת אליעזר, איז געווען דער צווייטער רבי אין דער סערעט וויזשניצער דינאסטיע.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןרבי אליעזר איז געבוירן געווארן מוצאי יום כיפור תרפ"ה אין גרויסווארדיין, רומעניע, צו זיין פאטער רבי ברוך האגער, דער סערעטער רבי. אין תש"ז (1947) איז ער ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל אין א שיף פון דער אומלעגאלער אימיגראציע; מען האט אים ארעסטירט אין חיפה פארט און אים איינגעזעצט אין עתלית ארעסט־לאגער. נאך זיין באפרייאונג, ווען ער איז געווען א יונגערמאן אין חיפה האט ער זיך צוגעשטעלט צו דער רעליגיעזער קאמפאניע פון דער הגנה אין חיפה.[1] ער האט אקטיווליך אנטייל גענומען אין די באטאליען פון דער זעלבשטענדיגקייט קריג אין רמת יוחנן, וואו ער איז פארוואונדעט געווארן. זיין קאמאנדיר האט אויסגעדריקט זיין ערשטוינונג און געזאגט אויף איהם אז ער איז געווען זייער העלדיש און אז ער איז שטענדיג גרייט געווען ארויסצוהעלפן אנדערע.[2]. אין תשי"א (1951) האט ער געהייראט מרת חיה צירל, א טאכטער פון הרב שלום עוזר ברוין (נפטר כ"א אלול תשס"א). אומגעפער א יאר נאך דער פטירה פון זיין פאטער דער מקור ברוך, איז רבי אליעזר נתמנה געווארן אלס זיין יורש. גלייכצייטיג, איז זיין ברודער רבי משה האגער, באשטימט געווארן אלס דער ראש ישיבה פון דער סערעטער ישיבה "יחל ישראל". רבי אליעזר איז געווען באקאנט אלס איינער וואס איז מקרב יעדן איד, און אפטמאל אין זיינע דרשות האט ער גערעדט איבער דער הארבקייט פון רעדן לשון הרע.
אום חודש תמוז ה'תשע"ג, איז ער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, צוליב פראבלעבן מיט דעם רוקן, און זייט דעמאלטס איז ער היפש פארשוואכט געווארן. ער איז כמעט נישט געזען געווארן אינעם ציבור, און פאקטיש, איז די הנהגה אריבערגעפירט געווארן צו זיין זון רבי מעקב האגער, וואס איז געשטאנען די גאנצע צייט צו זיין רעכטס מיט אן אויסטערלישער מסירות נפש, און האט גענומען אויף זיך דעם עול פון די מוסדות. אום כ' תמוז ה'תשע"ה נאך באדייטליכער פארבעסערונג אין זיין געזונט צושטאנד, איז רבי אליעזר פלוצלונג נפטר געווארן פון א העפטיגער הארץ אטאקע. די לוויה איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין רמת וויזשניץ חיפה, און פון דארט איז ממשיך געווען צו בני ברק צו אוהל אדמו"רי וויזשניץ, וואו דער רבי איז באערדיגט געווארן נעבן זיין פאטער. ביי דער לוויה האט מען באקרוינט זיין זון רבי יעקב אלס דער עמטליכער ממלא מקום. דערצו זענען באקרוינט געווארן אלס ממשיכי דרכו זיינע איידעמער רבי נפתלי ראובן קארנרייך, דער קאסעוו-וויזשניצער רבי און רבי אהרן טוביה שפיטץ אלס אב"ד סערעט וויזשניץ אמעריקע.
משפחה
רעדאַקטירן- זיין עלטערע טאכטער מרת רחל, ווייב פון הרב נפתלי ראובן קארנרייך, זון פון הרב צבי אלימלך קארנרייך, פון די פאראייניגטע שטאטן. הרב קארנרייך האט אמאל געדינט אלס רב פונעם סערעט־וויזשניצער בית-המדרש אין בני ברק, און דערנאך איז ער געווען רב פונעם יישוב תל ציון און ראש ישיבה פון דער "קאסאוו־וויזשניצער ישיבה". נאך זיין שווערס פטירה האט מען אים מכתיר געווען קאסאוו־וויזשניצער רבי.
- זיין זון הרב יעקב האגער איז געווען רב פונעם חסידות ביז ער האט גע'ירשנט די רביסטעווע. ער איז אן איידעם ביי רבי דוד מתתיהו ראבינאוויטש, דער ביאלער רבי פון בני ברק.
- זיין יונגערע טאכטער מרת מרים, ווייב פון הרב אהרן טוביה שפיטץ, זון פון רבי משה אב"ד ביסטריץ.[3] ער איז א רב אין בארא פארק אין די פאראייניגטע שטאטן.
וועבלינקען
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ צדוק אשל, מערכות ההגנה בחיפה, עמוד 398
- ↑ יעל רון, עדויות לוחמי תש"ח: כך שיחררנו את העיר עכו, אתר סרוגים, 9 במאי 2011
- ↑ שלמה כהן, וויזשניצער רבי באזוכט סערעט־וויזשניצער רבי אין אמעריקע, אויף JDN וועבזייטל, כ"ט מרחשון תשע"ג (אויף העברעיש)
פֿריערדיגער: רבי ברוך האגער |
אדמורי״ם פון סערעט–וויזשניץ תשכ״ה – תשע״ה |
נאָכפֿאלגער: רבי יעקב האגער |