מנחם מענדיל האגער (קאסאוו)

רבי מנחם מענדיל האגער זצ"ל (ה'תקכ"ט - י"ז חשוון ה'תקפ"ו) רב אין קאסאוו. באקאנט אלס "דער אהבת שלום".

מנחם מענדיל האגער
געבורט 1768
קאלאמיי, עסטרייכער אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1825 (אלט 57 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט קאסאוו רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי מנחם מענדיל איז געבוירן אין קאלאמיי אין יאר ה'תקכ"ט, צו זיין פאטער הרב יעקב קאפל חסיד. און צו זיין מוטער מרת חיה א טאכטער פון הגביר הרב זלמן פון קאסאוו.

זיין יוגנט רעדאַקטירן

נאך זיין חתונה איז רבי מנחם מענדיל געבליבן אין קאסאוו ביי זיין שווער, וועלכער האט אים צוגעזאגט קעסט לעבענס לענגלעך. ווען זיין שווער איז נפטר געווארן אין יאר ה'תקמ"ו און ס'איז אויף אים געפאלן דער לאסט פון פרנסה איז ער אריבער קיין טיסמעניץ, און געפרואווט צו האנדלען, אבער וויבאלד ער איז געווען פארנומען מערסטנסטייל פון טאג מיט לערנען און דאווענען, ווען ער האט שוין געוואלט האנדלען איז שוין נישט געווען קיין קונדן, האבן די גרויסהענדלערס איינגעצויגן זיינע קרעדיטן. נאכהער איז ער אריבער קיין קאלאמיי, דארט האט זיין ווייב געעפנט א געוועלב מיט שנירלעך און קייטלעך, פון וועלכע זיי האבן זיך ערנערט מיט גרויס מי, ווען ער האט דארט אויך נישט געהאט קיין ערפאלג איז ער צוריק קיין קאסאוו.

זיינע רבי'ס רעדאַקטירן

רבי מנחם מענדיל האט געלערנט ביי הרב זאב וואלף (רבי וועלוויל) פון טשארני-אסטראה. אין יאר ה'תקנ"ח ווען רבי מנחם מענדיל האט זיך געזעגענט מיט זיין רבי'ן פאר זיין רבי איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל, האט אים דער רבי געפרעגט וואס איז זיין וואונטש, האט ער אים געבעטען אז ער וויל זעהן דעם רבי'ן יעדען טאג פאר דעם דאווענען, דער רבי האט אים צוגעזאגט, און יעדען טאג פאר רבי מנחם מענדיל איז געגאנגען דאווענען איז ער צו געגאנגן צום פענסטער א קוק געגעבען און זיך געשטעלט דאווענען, דעם טאג וואס דער רבי איז נפטר געווארן אין ארץ ישראל, האט רבי מנחם מענדיל געקוקט ביים פענסטער אהון און צוריק וואו איינער זוכט עפעס, און זיך אנגעריפן "איז געדרינגן אז דער רבי איז נפטר געווארן אין ארץ ישראל".

נאכדעם וואס רבי וועלוויל איז געפארן קיין ארץ ישראל האט רבי מנחם מענדיל געלערנט ביי רבי משולם פייוויש פון זבארזשא דער פארפאסער פון "ספר יושר דברי אמת". זיין דריטער רבי איז געווען רבי צבי הירש דער מגיד פון נאדווארנא דער פארפאסער פון "ספר צמח ד' לצבי".

רבנות רעדאַקטירן

אין יאר ה'תק"ן איז רבי מנחם מענדיל אויפגענומען געווארן רב אין קאסאוו, א קייט וואס האט זיך געצויגן הונדערט און פופציג יאר ביז צו דעם חורבן אייראפע. אין יאר ה'תקס"ב האט רבי מנחם מענדיל אנגעהויבן פראווען זיין רביסטעווע, וועלכע האט זיך צושפרייט און דער גאנצער מארמאראשער אומגעבונג, און אין פיל ערטער האט זיך געעפנט קאסאווער שטיבלעך.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי מנחם מענדיל איז נפטר געווארן י"ז חשוון ה'תקפ"ו.

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי מנחם מענדיל האט געהייראט מרת שיינא רחל א טאכטער פון זיין פעטער הרב שמואל שמחה זימל קאך פון קאסאוו. זייערע קינדער:

זיינע ספרים רעדאַקטירן

  • אהבת שלום
  • אהבת שלום תנינא

זעט אויך רעדאַקטירן

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • אבן שתיה