איסלאנד

(אַריבערגעפֿירט פון איסלאַנד)

איסלאַנד (איסלענדיש: Ísland, דאס הייסט: אײַזלאנד) איז אן אינזל־לאנד אין אײראָפּע וואָס ליגט אינעם אטלאנטישן אָקעאן. זײַן הויפּטשטאָט איז רעקיאװיק. איסלאנד איז דער צווייטער גרעסטער אינזל אין אייראָפּע, נאָך גרויסבריטאניע. איסלאנד איז דאָס מערסטע אנטוויקלטע לאנד אין דער וועלט.

איסלאנד
Ísland
פאן איסלאנד
פאן איסלאנד
סימבאָל איסלאנד
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: Lofsöngur ״דאָס זינגליד״
אָרט פֿון איסלאנד
אָרט פֿון איסלאנד
קאָנטינענט אייראָפּע
אָפֿיציעלע שפּראַך איסלאנדיש / איסלענדיש
הויפּטשטאָט רעקיאוויק
רעגירונג פּארלאמענטארישע רעפּובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
אָלאפור גרימסאָן
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
103,001 קוואַדראַט ק"מ
107טע
2.7
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

319,368
172סטע
מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $12.805 ביליאן (134סט)
וואַלוטע איסלאנדישער קראנא (ISK)
צײַט זאָנע
אינטערנעט דאָמען is.
טעלעפֿאָן קאָד 354+

ביזן 20סטן יאָרהונדערט, האָט די איסלאנדישע באפעלקערונג זיך פארלאָזט אויף פישערײַ און לאנדווירטשאפט. פון 1262 ביז 1918 איז איסלאנד געווען א טייל פון נאָרוועגיע און שפעטער דענמארק.

עקאנאמיע

רעדאַקטירן

ביזן 20'סטן יארהונדערט איז איסלאנד געווען פון די ארעמסטע לענדער אין מערב אייראפע. אבער לעצטנס איז די עקאנאמיע שטארק געוואקסן. אין 2007 איז איסלאנד געווען דאס פינפטע גרעסטע פראדוצירנדע לאנד, מיט $40,112 א מענטש. איסלאנד האט ווייניג נאטורלעכע רעסורסן, אחוץ הידראעלעקטרישע און געאטערמאלע קראפט. 40% פון עקספארט קומט פון פישעריי, וואס באשעפטיגט 7% פון דער ארבעטקראפט.[1]

די נאציאנאלע וואלוטע איז דער איסלאנדישער קראנא (ISK).מערסטנטייל פון די איינוואוינער זענען נישט אינטרעסירט אין מיטטיילן אין דעם אייראפעאישער וואלוטע די איירא.[2] אינעם לעצטן יארצענדליקער האט די עקאנאמיע דיווערסיפיצירט אין ווייכווארג פראדוקציע, ביאטעכנאלאגיע און פינאנציעלע באדינונגען.

פערזענלעכע שטייערן זענען 22.75%.[3] און קארפאראטער שטייער איז 18%, פון די נידריגסטע אין דער וועלט.[3]

איסלאנד איז א מיטגליד אין דער אייראפעאישער פרייהאנדל אסאסיאציע.

ליטעראטור

רעדאַקטירן

איסלאנדישע מוזיק האט א שייכות מיט נארדישער מוזיק. טראדיציאנעלע איסלאנדישע מוזיק איז שטארק רעליגיעז. זי האט זיך פארלאזט בעיקר אויף זינגען קלויסטערלידן, ווייל ס'איז געווען א מאנגל פון מוזיק אינסטרומענטן. די איסלאנדישע דזשעז קאפעליע "מעזאפארטע" איז באקאנט איבער דער גארער וועלט. איסלאנד פארמאגט עלעקטראנישע מוזיקער ווי טהאר און גוסגוס.

פוטבאל און אטלעטיק זענען פאפולערע ספארטן.


רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. CIA – The World Fact book – Iceland. Government. United States Government (‏20 July 2006). דערגרייכט דעם 24 March 2010.
  2. "Gallup Icelandic Euro vote poll". 
  3. a b Index of Economic Freedom 2008 – Iceland, archived from the original on 2008-02-14, http://www.heritage.org/index/country.cfm?id=Iceland, דערגרייכט 2008-02-14