אברהם גרשון פון קיטוב
הרב אברהם גרשון קיטאווער (נפ׳ כ״ה אדר ראשון תקכ״א), באקאנט אויך אלס הרב גרשון פון בראד, איז געבוירן מסתמא אין (אדער נישט ווייט פון) קיטוב אין פוילן (היינט אוקראינע) בערך אין יאר ה'תס"א, און נפטר געווארן אין ירושלים אין ה'תקכ"א. ער איז געווען א שוואגער פון בעל שם טוב.
געבורט |
1701 לעמבערג, פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט |
---|---|
טויט | 1761 (אלט 60 בערך) |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים |
פאך | רב |
משפחה
רעדאַקטירןאברהם גרשון איז געווען אן אייניקל פונעם ש"ך. אזוי ווי זיין פאטער הר"ר אפרים פון קיטוב, איז אברהם גרשון געווען א דיין אין איינעם פון די פיר בתי דינים פון בראד. טאקע דארט האבן זיי באגעגנט דעם בעל שם טוב. לויטן ספר „שבחי הבעש"ט" האט זיין פאטער מסכים געווען אלס שכיב מרע אז דער בעל שם טוב זאל חתונה האבן מיט זיין (אפרים'ס) טאכטער חנה. אברהם גרשון האט דאס אבער נישט געוווסט ביז דער בעל שם טוב האט אים געוויזן די תנאים.
אברהם גרשון איז געווארן זייער חשוב אין דער בראדער קהילה. א שטיק צייט איז ער געווען דער חזן. ער האט נישט געהאלטן פון זיין שוואגער וואס ער האט געהאלטן פאר אן עם הארץ. ס'איז גאנץ מעגלעך אז ער איז געווען דער גורם פארוואס מ'האט פארטריבן דעם בעל שם טוב פון בראד ביז ער האט זיך באזעצט אין מעזשביזש. נאך דעם התגלות פונעם בעל שם טוב איז אברהם גרשון געווארן פון זיין שוואגער'ס גרעסטע חסידים.
זיין זון ר' יקיר איז נפטר ו' כסלו ה'תקל"ט (און זיין אייניקל אברהם גרשון, נפטר י"ב אדר ה'תק"ע) און ליגט לעבן אים אויף הר הזיתים. נאך א זון, ר' חיים אהרן, איז נפטר כ"ג ניסן ה'תקל"ג און ליגט אין טבריה. זיינע אנדערע זין, קינדער פון זיין זיווג ראשון - משה, יצחק, אפרים פישל און יהודה לייב דער מגיד פון לאדיזין - זענען געבליבן אין חו"ל.
רבנות
רעדאַקטירןאין תק"ה האט הר"ר אברהם גרשון ארויסגעגעבן א פסק וועגן א שנור פון א גרויסן גביר אין שטאט וואס האט מזנה געווען. דער גביר איז געווען גוט מיטן פריץ און הר"ר אברהם גרשון איז געווען געדרוקט צו אנטלויפן פון בראד ווו מ'האט אים געסטראשעט מין א גרויסן שטראף. ער האט געמאכט פליטה קיין מעזשביזש, דארטן האט דער בעל שם טוב אים איבערגעגעבן זיין איינציגן זון הירשל (צבי) מחנך צו זיין.
אין ה'תק"ז האט ער געוואנדעט קיין ירושלים. ער איז געווען פון די ערשטע חסידים וואס האט געוואוינט אין ארץ ישראל. ער איז געווארן שטארק מקורב צו די ספרדים בכלל און צו די מקובלים בפרט. זעקס יאר האט ער געוואוינט אין חברון. אין ה'תקי"ג האט ער זיך געצויגן קיין ירושלים, דארט האט ער געלערנט אין דער ישיבת בית אל פון די מקובלים.
פטירה
רעדאַקטירןאין כ"ה אדר א' ה'תקכ"א איז ער נפטר געווארן, און מ'האט אים קובר געווען אין הר הזיתים. נאך דער זעקט טעג מלחמה אין ה'תשכ"ז האט מען אנפלעקט זיין קבר, ווי אויך דעם קבר פון זיין זיווג שני, בלומא.