אריה לייב פון שפאלע
ר' יהודה אריה לייב פון שפאלע (ה'תפ"ה - ו' תשרי ה'תקע"ב), באוואוסט אלס "דער שפאלער זיידע", איז געווען א צדיק און א רבי פון חסידים אין רוסלאנד.
געבורט |
1724 שפאלע, אוקראינע |
---|---|
טויט | 1811 (אלט 87 בערך) |
פאך | רב |
מ'האט אים אויך גערופן 'דער שפאליאנסקער'.
אום יאר תפ"ה איז ער געבוירן, אין אומאן, צו זיין פאטער ר' ברוך, און זיין מוטער רחל, אן אייניקל פונעם מהר"ל פון פראג.
ס'דא וואס מישן אויס זיין אידענטיטעט, מיט ר' לייב שרה'ס, ווייל ביידע זענען געווען באקאנט אלץ גיבורי רוח, מיט וואונדערליכע דערציילונגען איבער זייערע העראישע אקטן פאר יודנ'ס וועגן. אבער עס איז קלאר, אז זיי זענען געווען צוויי באזונדערע צדיקים, ווען ער, דער שפאלער זיידע, האט געהייסן יודא לייב, און ליגט אין שטאט שפאלי, און ר' לייב שרה'ס האט געהייסן אריה לייב, און ליגט אין שטאט יאלטיטשקאוו, און זיין פאטער האט געהייסן ר' יוסף, און פון ביידע זענען דא היינט אייניקלעך, מיט א אַטענטיקע אפשטאם.
עס זענען פארהאנען די פאמיליע 'זיידא' וואס שטאמען פונעם שפאלער זיידע.
אייניקלאך פון דעם שפאלער זיידע פֿייערן יעדע יאר אום י"ט שבט א סעודת הודאה פאר א נס וואס איז פארגעקומען דעם זיידען און זיין לעבן געראטעוועט. עס איז אויך פאראן אויף דעם א "מגילת י"ט שבט" גשעריבען אין שפעטערדיקע יארן דורך זיין אייניקיל ר' משה אהרן גייסינסקי ע"ה.
די ניגונים פון 'קול ביער' און 'האפ קאזאק' זיינען באוואוסט אלס זיינע לידער.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- דעם שפאלער זיידע'ס ניגון (PDF)
- דעם שפאלער זיידע'ס ניגון (MP3) (ארכיווירט 04.03.2016 ביי דער Wayback Machine)
- הכרת הטוב (ארכיווירט 12.06.2011 ביי דער Wayback Machine) (אויף העברעיש)
- דער סדר-קדש (אויף ענגליש)
- The Dancing Zeyde (ארכיווירט 06.10.2013 ביי דער Wayback Machine) (אויף ענגליש)
- Shpoler Zaide website (אויף ענגליש)