מרדכי טווערסקי
רבי מרדכי טווערסקי זצ"ל (ה'תק"ל - כ' אייר ה'תקצ"ז), מגיד פון טשערנאביל. באקאנט אלס רבי מאטעלע טשערנאבילער.
געבורט |
1770 טשערנאבל, פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט |
---|---|
טויט | 1837 (אלט 67 בערך) |
פאך | רב, שרייבער |
אַמט | אדמו"ר |
רבי מרדכי טווערסקי | ||
---|---|---|
טשערנאבלער מגיד | ||
געבורט | ה'תק"ל טשערנאבל | |
פטירה | כ' אייר תקצ"ז קיעוו | |
קבורה ארט | אנאטעווקע | |
חסידות | טשערנאביל | |
הויף ארט | טשערנאבל | |
נומער אין דינאסטיע | צווייטער | |
פאריגער | רבי מנחם נחום טווערסקי | |
נאכפאלגער | רבי אהרן (זון) | |
פאטער | רבי מנחם נחום טווערסקי | |
מוטער | שרה | |
ווייב1 | חיה שרה פון קארלין | |
קינדער1 | אהרן, משה, יעקב ישראל, מלכה | |
ווייב 2 | פייגע דוד'ס לייקעס | |
קינדער 2 | מנחם נחום, אברהם, דוד טווערסקי (טאלנא), יצחק, יוחנן, חנה חיה האראדעצקי, שיינדיל פרידמאן |
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי מאטעלע איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תק"ל, צו זיין פאטער הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת שרה אן אייניקל פון הרב יצחק שפירא, רב אין לובלין, א זון פון הרב נתן נטע שפירא, רב אין האראדנע, "דער מבוא השערים".
רבנות
רעדאַקטירןנאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקנ"ח, האט רבי מאטעלע איבערגענומען דעם פאטער'ס ארט, אלס רבי פון דעם טשערנאבילער הויף.
אנדערש ווי זיין פאטער, וואס האט געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, האט רבי מאטעלע זיך געפירט מיט אויף א ברייטערען פארנעם. עס איז באקאנט אז ער פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גאר גרויסע באטרעגער פון געלט. ביי חסידים פלעגט מען זאגן אז דאס געלט האט רבי מאטעלע געניצט אויף אויסצוהאלטן די ל"ו צדיקים נסתרים, א אויפגאבע וואס ער האט איבערגענומען פון רבי לייב שרה'ס.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי מאטעלע האט אלץ געגארט צו ווערן באהאלטן אינעם קליינעם דערפעלע אנאטעווקע, זאגענדיג: דארט קלונגען ניט די גלעקער... (פון קלויסטער; זייענדיג א פיצינקע דארף איז ניטאמאל נישט פארהאנען דארט קיין תיפלה, ווי איבעראל לענגאויס רוסלאנד).
אום ל"ה בעומר, כ' אייר ה'תקצ"ז איז ער געווען אויפ'ן וועג קיין קיעוו זיך היילן, און נעבן די דארף אנאטעווקע איז ער נסתלק געווארן, און דארט איז טאקע זיין רוה ארט.
זיין פאמיליע
רעדאַקטירן(רבי מאטעלע האט געבוירן אכט זון וואס יעדער פון זיי האט אנגעהויבן אן אייגענע הויף. דער פאטער האט זיי אנגערופן זיין "מנורה הטהורה").
רבי מאטעלע האט געהייראט בזיווג ראשון מרת חיה שרה, א טאכטער פון הרב אהרן פון קארלין. זייערע קינדער:
- הרב אהרן טווערסקי (ה'תקמ"ד - ח' כסלו ה'תרל"ב), פון טשערנאביל.
- הרב משה טווערסקי (ה'תקמ"ט - י"ח טבת ה'תרכ"ו), פון קאריסטשאוו.
- הרב יעקב ישראל טווערסקי (ה'תקנ"ד - י"ג אלול ה'תרל"ו), פון טשערקאס.
- מרת מלכה, די ווייב פון הרב יחיאל מיכל פון דראהאביטש, אן אייניקל פון הרב יוסף ( - כ"ד טבת ה'תקע"ב), פון יאמפילא. א זון פון זלאטשאווער מגיד.
בזיווג שני האט רבי מאטעלע געהייראט מרת פייגא א טאכטער פון הרב דוד לייקעס ( - כ"א ניסן ה'תקי"ט). זייערע קינדער:
- הרב מנחם נחום טווערסקי (ה'תקס"ה - ז' תשרי ה'תרי"א), פון מאקאראוו.
- הרב אברהם טווערסקי (ה'תקס"ו - ב' תמוז ה'תרמ"ט), פון טוריסק.
- הרב דוד טווערסקי (ה'תקס"ח - י' אייר ה'תרמ"ב), פון טאלנא.
- הרב יצחק טווערסקי (ה'תקע"ב - י"ז ניסן ה'תרמ"ה) פון סקווירא, באקאנט אלס "רבי איציקל סקווערער".
- הרב יוחנן טווערסקי (ה'תקע"ו - ד' ניסן ה'תרנ"ה), פון רחמיסטריווקא.
- מרת חנה חיה, די ווייב פון הרב דוד האראדעצקי, א זון פון איר פעטער, הרב מאיר האראדעצקי, א זון פון הרב דוד לייקעס.
- מרת שיינדיל, די ווייב פון הרב דוב בער פרידמאן (ה'תקפ"א (אומגעפער) - י"ג כסלו ה'תרל"ו), פון ליעווא, א זון פון דעם הייליגן רוזשינער.
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- לקוטי תורה
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצען
רעדאַקטירן- מאורי אור
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ספר היחס מטשרנוביל, אהרן דוד טווערסקי
וועבלינקען
רעדאַקטירן- [838%D7%9E%D7%99%D7%99%D7%9F_%D7%A9%D7%91%D7%AA_%D7%90%D7%95%D7%A6%D7%A8_%D7%91%D7%94%D7%A8_-_%D7%91%D7%97%D7%A7%D7%AA%D7%99.pdf מיין שבת אוצר:הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל]