יקותיאל לאנדא מטירהאוויצא

(אַריבערגעפֿירט פון ר' יקותיאל לאנדא מטירהאוויצא)

רבי יקותיאל לאנדא איז געווען דער טירהאוויצער מגיד, ער איז געווען א תלמיד פון דעם גרויסן מגיד דער מגיד פון מעזריטש ר' דוב בער ממעזריטש, און א נאנטער חבר פון ר' נחום טשערנאבילער. אבער אייגענטלעך איז ער נאך געווען ביים בעל שם טוב.

יקותיאל לאנדא מטירהאוויצא
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ווען ר' שניאור זלמן מליאדי דער בעל התניא האט געדרוקט זיין סידור דער סידור הרב האט ער גענומען א הסכמה פון אים און פון רבי זושא פון האניפאלי, אין די לעצטע דרוקן פונעם סידור איז דער הסכמה נישט געדרוקט אבער אינעם ערשטן דרוק איז עס דא.

דער טירהאוויצער מגיד איז געווען א מגיד אויף פינעף און אכציג שטעט און שטעטליך, וואס אלע חסידים פון די שטעטליך האבן געהערט פון איהם מוסר רייד. ער פלעגט ארום פאהרן אין די אלע שטעט, ווען ער איז געקועמן אהין האבן אלע אידן זיך אנגעטועהן שבת'דיגע בגדים און צוגעמאכט די געשפעטן און געגאנן הערן זיינע מוסר רייד, די שוחטים האבן איהם געוויזן די מעסער, די רבנים האבן פארגעלייגט זייערע שאלות, און פשוטע אידן זענען זיך געקומען דורך רעדן. איז איז געווען א ליבליכער מענטש יעדער האט איהם ליב געהאט.

די חסידים האבן אים גערופען דער סטאראז פון די גרעניץ, ווייל זיין שטאט טירהאוויץ איז ביים גרענעץ פון כערסאן (העב') און קיעוו.

דער טירהאוויצער מגיד האט געהאט א מנהג אז יעדעס יאהר אינעם יום טוב שבועות פלעגט ער זיך טרעפן מיט זיין נאנטער חבר ר' נחום מטשערנאביל, זיי פלעגן זיך טרעפן שבועות ביינאכט און מיט גרויס שמחה האבן זיי געטאנצען א גאנצע נאכט צוליב די שמחה אז השי"ת האט געגעבן אזא תורה פארן אידישען פאלק, איין יאהר איז ר' נחום געפארן צום מגיד און דער צווייטער יאהר איז דער מגיד געפארן צו ר' נחום, אויף די שפעטערע יאהרן האט שוין ר' נחום נישט געהאט קיין כח האט ער עס איבערגעגעבן פאר זיין זון ר' מאטעלע טשארנאבילער, אנשטאט ער זאל טאנצן האט זיין זון געטאנצען.

זיין געבונדנקייט צו רבי נחמן מברסלב

רעדאַקטירן

ווען דער טירהאוויצער מגיד איז אמאל געקומען צו פארן צו איינע פון זיינע שטעט הוסיאטין האט ער געהערט פון דעם יונגן מאן רבי נחמן מברסלב, ער האט אפגעמאכט ער וויל איהם גיין זען, ער איז געקומען צו איהם און איז זייער נתפעל געווארן, ביז ער האט אפגעמאכט ער איז ווערד צו זיין זיין רבי.

דער מגיד איז געווארן זיין פייערדיגער חסיד, דער טירהאוויצער מגיד איז געווען עלטער פון ר' נחמן מיט פערציג יאר, דאס הייסט ווען ער האט זיך באקענט מיט ר' נחמן איז ער אלט געווען זעכציג יאהר, און ר' נחמן איז געווען קוים צוואנציג יאר. און כאטש ער איז געווען אסאך עלטער פון איהם, און ר' נחמן איז געווען גאר א יונגערמאן, דאך האט ער זיך געבויגן פאר ר' נחמן, און איז געווארן נכנע פאר איהם אינגאנצען.

עס ווערט פארציילט אז איינמאהל איז דער מגיד געפארן מיט זיין חבר ר' נחום מטשערנאביל אויפן וועג זענען זיי דורך געפארן דעם שטאט מעדוועדיווקע האט איהם דער מגיד געזאגט קום אריין אין שטאט איך וועל דיר ווייזן מיין רבי, ווען ר' נחום האט געזעהן ר' נחמן מברסלב איז ער שטארק נתפעל געווען און האט געזאגט ער האט א הייליגן חן אויף איהם גייט ארויף דער פסוק הנה הוא יפה עינים וטוב רואי (שמו"א טז), אויך איז ער נתפעל געווען פון זיין יראת שמים און געזאגט אויף ר' נחמן גייט דער פסוק בעבור תהיה יראתו על פניכם לבלתי תחטאו דאס גייט ארויף אויף דעם יונגערמאן (שיחות הר"ן סי' קמ"ט).

דער מגיד איז אסאך מאל געפארן מקבל פנים זיין ר' נחמן.

אין יאר תק"ס איז ער געפארן קיין מעדוועדיווקע צו ר' נחמן, שבת ביים טיש האט ר' נחמן געזאגט תורה אויפן פסוק זה דור דורשיו (תהלים כד, ו) און האט זיך אנגערופן אז לויטן דור אזוי זענען די צדיקים וואס דרש'נען פאר זיי, דער דורש איז לויטן דור, למשל איהר - דער טירהאוויצער מגיד - איז דער דור, און איך - ר' נחמן - ביין אייער דורש.

אין די יארן תק"ס - תקס"ב ווען עס איז געווען גרויסע מחלוקת אויף ר' נחמן האט איינמאל דער מגיד געפרעגט זיין רבי ר' נחמן פארוואס האט אים מיך נישט געזאגט אז איר ווילט וואוינען אין זלאטיפאלי, דאן וואלט איך זיך געפארט פאר אייך, איך זאג איין מען וואלט אייך אויפגענומען מיט גרויסע כבוד אין דעם שטאט, האט איהם ר' נחמן געזאגט ווען איך וויל וואלט איך ווען אריין קיין זלאטיפאלי מיט א מכובד'יגע וואגן, מיט גרויס כבוד, אבער אין קען נישט ווארטן איך מוז דארטן זיין און ליידן.

אין יענע צייט אין יאהר תקס"ב פאר פורים זענען די וואס קרוגען אויף ר' נחמן געקומען צום מגיד און איהם געזאגט אז עס פאסט נישט ער זאל פאהרן צו אזא יונגערמאן, דער מגיד איז געווען א אלטער איד איבער אכציג יאהר, ר' נחמן איז דאן געווען א יונגערמאן פון דרייסיג יאהר, דער מגיד איז געגאנגען צו זיין איידעם ר' יצחק און איהם געפערגט האסט עפעס פון די תורות וואס ר' נחמן זאגט, האט ער איהם געוויזן די תורה פון ליקוטי מוהר"ן (ח"א סי' ב'), דער מגיד האט זיך פארטיפט דערין און געזגאגט מיט התפעלות, וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערע איידם, עס איז זוהר, עס איז תיקונים, עס איז העכער דערפון. און ער האט זיך זייער געבייזערט אויף די וואס קריגן אויף ר' נחמן.

זיין משפחה

רעדאַקטירן

וויבאלד ער איז געווארן א חסיד פון ר' נחמן מברסלב, האט ער אויך צוגעצויגן צו זיך אסאך פון זיינע קינדער און אייניקלעך זיי זאלן אויך ווערן ברסלעבער חסידים, ווי זיין איידעם יצחק דער איידעם פון טירהוויצער מגיד, אויך פון די פייערדיגע חסידים פון ר' נחמן מברסלב, און זיין אייניקעל וואס איז געווען עלטער פון זיין איידעם ר' גרשון דאס אייניקעל פון טירהאוויצער מגיד.

תלמידים פון מעזריטשער מגיד

אברהם המלאך · אברהם פון קאליסק · אברהם חיים פון זלאטשאוו · אהרן הגדול פון קארלין · אלימלך פון ליזשענסק · ברוך מעזשביזשער · ברוך פון קאסאוו · גדליהו ראבינאוויטש פון ליניץ · זאב וואלף פון זשיטאמיר · זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה · חיים פון אמדורא · חיים טירער פון טשערנאוויץ · יהודה לייב פון פולנאה · יחיאל מיכל פון זלאטשאוו · יעקב יוסף פון אוסטראה · יעקב שמשון שעפעטיווקער · יצחק אייזיק פון קאריץ · לוי יצחק פון בארדיטשוב · מנחם מענדל פון וויטעבסק · מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאבל · משה פון פשעווארסק · משה חיים אפרים פון סדילקאוו · משולם זושא פון האניפאלי · משולם פייוויש העלער · עוזיאל מייזליש · פנחס הורוויץ · צבי הערש פון נאדווארנא · שלמה גאטליב · שלמה לוצקער · שמואל שמעלקא הורוויץ פון ניקלשבורג · שמעון שלמה פון סאוואראן · שניאור זלמן פון לאדי